שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך ווייס נישט קיין סאך הלכות
הלכה, לימוד התורה, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


זייט איך האב אנגעהויבן הערן אייערע שיעורים, בין איך געוואויר געווארן אזויפיל זאכן אין אידישקייט וואס איך האב בכלל נישט געוואוסט ביז יעצט, פון גרויסע זאכן ביז קליינע פרטים.


איך בין א געווענליכער בחור, איך בין אויפגעוואקסן אין א געווענליכע אידישע שטוב, אבער ערשט לעצטנס האב איך אנגעהויבן אויפפאסן ווי ווייניג איך ווייס ווען עס קומט צו דאווענען אדער צו הלכות. למשל ביז צוויי יאר צוריק האב איך נישט געוואוסט אז מוצאי שבת זאגט מען אתה חוננתנו ביים שמונה עשרה, נאך א ביישפיל וואס איך בין ממש לעצטנס געוואויר געווארן וועגן די פיר פרשיות וואס מ'דארף זאגן מיט די תפלין, ווי אזוי מ'דארף זיך בייגן ביים אויסטרעטן פון שמונה עשרה, אויף וועלכע האנט צו פאלן ביי תחנון, און אזוי ווייטער נאך פארשידענע הלכות וואס איך האלט אין איין געוואויר ווערן.


איך הער אסאך מאל ביי די שיעורים ווי איר פרעגט פון די בחורים וואס מען זאל רעדן ביים שיעור, אפשר וואלט געווען כדאי צו לערנען יעדן טאג אביסל הלכות ביים שיעור, איך בין זיכער אז איך וועל זיך אויסלערנען דערפון גאר אסאך, און זיכער וועלן אנדערע אויך הנאה האבן דערפון.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט פאר מיר, איך האב באקומען גאר אסאך פון אייך, איר קענט זיך גארנישט פארשטעלן ווי אזוי מיין גאנצע לעבן האט זיך מיר געטוישט דורך אייערע שיעורים. דער אייבערשטער זאל העלפן אז איר זאלט ווייטער קענען ממשיך זיין מיט אייער הייליגע ארבעט ארויסצוהעלפן אידישע קינדער.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן ווי דו ביסט זיך מחי' מיט דעם הייליגן רבינ'ס עצות.


עס איז זייער וויכטיג אז דו זאלסט לערנען יעדן טאג אביסל הלכה; היינט זענען דא א שפע פון ספרים אויף הלכה, עס קומען כסדר ארויס ספרים אויף הלכות אין אלע שפראכן, אויף אידיש, אויף ענגליש וכו', כדי אז די מענטשן וואס פארשטייען נישט קיין לשון הקודש זאלן אויך קענען הלכות און וויסן ווי אזוי מען דארף זיך פירן.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "צוויי זאכן דארף יעדער איד טון יעדן איינציגסטן טאג"; די ערשטע זאך וואס דער רבי פארלאנגט פון יעדן איד, אז מען זאל לערנען יעדן טאג הלכה, און דער רבי האט געוואלט מען זאל האבן צוויי שיעורים אין הלכה, איין שיעור אין שלחן ערוך הקטנים - דאס איז "מחבר און רמ"א", און נאכדעם נאך א שיעור אין שלחן ערוך הגדולים - א שיעור אין שלחן ערוך מיט אלע פוסקים וואס זענען געדרוקט ארום דעם שלחן ערוך, טורי זהב, מגן אברהם וכו'; קוק דער לשון וואס דער רבי זאגט: "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכות, "וְאִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף "שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא, אֲפִילּוּ שֶׁלּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", אויב מען האט נישט קיין צייט וכו' זאל מען לערנען א הלכה, אפילו נישט כסדרן וואו ער האלט וכו', "כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּ"שֻׁלְחָן עָרוּךְ" בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל מען איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה.


הלכה איז געווען ביים רבי'ן דער וויכטיגסטער שיעור. דער רבי האט געזאגט (שם) אז הלכה קומט פאר אלע אנדערע שיעורים, "כִּי עַל יְדֵי חֲטָאִים נִתְעָרֵב טוֹב וָרַע", ווייל דורכדעם וואס א מענטש זינדיגט, מישט ער אויס גוטס מיט שלעכטס; ער ווייסט נישט וואס איז גוט און וואס איז שלעכט, אויף שלעכטס זאגט ער אז דאס איז טוב, און אויף גוטס זאגט ער אז דאס איז רע; די עצה אויף דעם איז, צו לערנען הלכה, "וְעַל יְדֵי לִמּוּד פּוֹסֵק, שֶׁמְּבָרֵר הַכָּשֵׁר וְהַפָּסוּל הַמֻּתָּר וְהָאָסוּר הַטָּהוֹר וְהַטָּמֵא, עַל יְדֵי זֶה נִתְבָּרֵר וְנִפְרַשׁ הַטּוֹב מִן הָרָע", ווייל ווען מען לערנט הלכה זעט מען גלייך וואס איז גוטס און וואס איז שלעכטס, וואס מעג מען טון און וואס טאר מען נישט טון.


עס איז באוואוסט דעם סיפור אז א איד איז געקומען צום הייליגן רבי'ן מיט זיינע חידושים וואס ער האט מחדש געווען אויף א תורה אין ליקוטי מוהר"ן, האט דער רבי זיך אנגערופן און געזאגט: "איר מעגט קנייטשן מיין ספר ווי אזוי איר ווילט (דאס מיינט, איר קענט זאגן אלע סארט פשטים אין מיינע תורות), מיט איין תנאי, אז איר זאלט נישט אפטרעטן פון א סעיף קטן אין שלחן ערוך"; ווייל ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר מען זאל נישט אוועק גיין פון הלכה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): אויפן פסוק (תהילים פז, ב): "אֹהֵב ה' שַׁעֲרֵי צִיּוֹן מִכֹּל מִשְׁכְּנוֹת יַעֲקֹב", אז דער אייבערשטער האט ליב ווען מען לערנט הלכה מער ווי אלע אנדערע לימודים, ווייל "מִיּוֹם שֶׁחָרַב בֵּית הַמִּקְדָּשׁ, אֵין לוֹ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בָּעוֹלָמוֹ, אֶלָּא אַרְבַּע אַמּוֹת שֶׁל הֲלָכָה בִּלְבַד", פון ווען מיר האבן פארלוירן דעם בית המקדש - דעם אייבערשטנ'ס הויז, וואוינט דער אייבערשטער דארט וואו מען לערנט הלכה; דערפאר האט דער רבי זייער מקפיד געווען אז יעדער איד דארף לערנען יעדן טאג הלכה.


די צווייטע זאך וואס דער רבי האט געזאגט אז יעדער איד דארף טון יעדן טאג איז איז "התבודדות"; מען זאל רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג. מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, אויף מאמע לשון, מען זאל אלעס פארציילן פארן אייבערשטן; אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, ווי דער יצר הרע ווארפט אלץ אראפ וכו', און וויפיל מאל מען וויל זיין גוט וכו' גייט עס נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.