תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין אן ארבייטס אינגערמאן, כ'האב נישט צופיל צייט צו לערנען, און איך וואלט זייער שטארק געוואלט אנהויבן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון מוהרא"ש.
איך פארשטיי אבער נישט פונקטליך ווי אזוי דאס ארבעט, דארף מען קודם ענדיגן גאנץ משניות, אדער קודם יעדע מסכתא 101 מאל? און דאס איז מסכתות פון משניות אדער פון גמרא?
איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מסביר זיין און קלאר שטעלן ווי עס ארבעט.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
הייב אן מיט משניות; גיי אין א סדר א פרק נאך א פרק ביז דו וועסט ענדיגן א מסכתא, נאכדעם זאלסטו גיין צום צווייטן מסכתא ביז דו וועסט ענדיגן סדר זרעים. נאכדעם זאלסטו גיין צו סדר מועד, זאלסט לערנען א פרק נאך א פרק ביז דו וועסט ענדיגן ששה סדרי משנה; ווען דו ענדיגסט ששה סדרי משנה זאלסטו אנהייבן נאכאמאל אויף דעם אופן, זאלסט לערנען א פרק נאך א פרק; אזוי זאלסטו טון דיין גאנץ לעבן, זאלסט קיינמאל נישט אפלאזן דעם משניות, דאס וועט אריין ברענגען אין דיר א גליסטעניש צו די הייליגע תורה, דו וועסט וועלן לערנען נאך און נאך.
אויך זאלסטו זיך מאכן יעדן טאג א שיעור צו לערנען גמרא; הייב אן מסכת ברכות און גיי כסדרן א בלאט נאך א בלאט. קוק נישט אויף דעם אויב דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דו זאג די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו אן פארשטיין, דאס וועט פארשניידן אלע קליפות ומשחיתים; צדיקים טייטשן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמּוֹרְתָּא תְּהֵא", "גְּמָרָא גְמוֹר" – אויב דו וועסט לערנען גמרא, דעמאלט: "זְמּוֹרְתָּא תְּהֵא" – דאס איז א לשון פון: 'לְזַמֵּר אֵת כָּל הֱעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֵת כָּל הַקּוֹצִים", אז מען זאגט גמרא פארשניידט מען אלע שלעכטס.
אפילו דו פארגעסט, דו געדענקסט נישט פון איין טאג אויפ'ן צווייטן זאלסטו ווייטער גיין אין א רייע איין בלאט נאכן צווייטן; אזוי זאלסטו טון דיין גאנץ לעבן, זאלסט קיינמאל נישט אפלאזן די היייליגע גמרא. דאס וועט דיר ברענגען פרנסה, עס וועט דיר רייך מאכן.
דער רבי האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קלז): עס זענען געווען צוויי אינגעלייט זייער נאנטע חברים, איינמאל האט איינער געזען אויף זיין חבר אז ער האט געטון נישט קיין שיינע זאך, שפעטער האט ער געזען ווי דער חבר האט געטון א גרויסע עבירה האט ער זיך אפגעשאקלט פון אים און זיי האבן זיך צעטיילט. נאך א שטיק צייט זעט ער ווי דער חבר הייבט אן מצליח זיין, אבער ער זעלבסט איז געווארן א גרויסער ארעמאן, האט ער אנגעפאנגען האבן קשיות אויפ'ן אייבערשטן: 'איך ווייס דאך אז יענער האט געטון א גרויסע עבירה, פארוואס גייט אים אזוי גוט? ער איז מצליח, ער איז א גרויסער עשיר', איינמאל האט ער געזען ווי עס שטייט א קופקע און עס הערט זיך ארויס פון דארט א גרידער ווי מען ציילט געלט, איז ער אהין געגאנגען און ער איז צוגעגאנגען צו די געלט, ווען ער האט געוואלט קומען נאנט האט מען אים אפגעשטעלט און אים געזאגט: "ריר נישט צו צו די געלט, די געלט באלאנגט פאר דיין אלטער חבר", האט ער זיי געפרעגט: "איך פארשטיי נישט, פארוואס קומט אים אזויפיל געלט, איך האב דאך געזען מיט מיינע אויגן ווי ער טוט אן עבירה?" האט מען אים געענטפערט אזוי: "דיין חבר האט זיך קובע געווען צו לערנען יעדן טאג תורה, ער האט זיך פארגענומען חק ולא יעבור אז ער גייט לערנען יעדן טאג, אבער דו לערנסט גארנישט, דערפאר געבט מען פאר דיין חבר געלט אפילו ער האט געטון אן עבירה ווייל "מעות" איז ראשי תיבות וְ'אֵין עֲ'בֵירָה מְ'כַבֶּה תּ'וֹרָה (סוטה כא.), עבירה לעשט נישט אויס די תורה", קוק נאך די מעשה דארט.
איינמאל דו וועסט זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס דעמאלט קענסטו אנהייבן א שיעור אויף דעם וועג פון איין מסכתא הונדערט און איין מאל; דאס ווענדט זיך אינעם מענטש, עס זענען דא וואס הייבן אן נאכאמאל ש"ס כסדרן און ווען זיי זענען מסיים הייבן זיי אן נאכאמאל און אזוי ווייטער, נאכדעם זענען דא וואס נעמען איין מסכתא און זיי גייען דאס איבער הונדערט און איין מאל, דאס ווענדט זיך לויט יעדן מענטש.
וואויל איז דעם וואס לאזט זיך נישט נארן, ער לערנט די הייליגע תורה - דער דארף שוין קיינעם, אזוי ווי דער רבי האט איינעם געפרעגט (שיחות הר"ן, סימן יז): "פארוואס לערנסטו נישט? דו וועסט דאך באקומען עולם הבא פאר דיין לערנען?!" און דער רבי האט אים געזאגט: "איינמאל דו וועסט זוכה זיין צו שפירן א ליבשאפט צו די תורה, וועסטו שוין נישט דארפן נישט די וועלט און נישט יענער וועלט, דו וועסט נאר וועלן לערנען נאך און נאך".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.