תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א אינגערמאן, מיט א שיינע משפחה מיט ליכטיגע קינדערלעך ב"ה, איך בין ב"ה זייער מצליח אין פרנסה, אויך אין רוחניות בין איך א געווענליכער אינגערמאן, און איך האב אלעמאל געהאט א געפיל צו זיין נאנט צום אייבערשטן, פארשטייט זיך אז אמאל איז עס געווען שטערקער און אמאל שוואכער, אזוי ווי ביי יעדן איינעם.
מיט עטליכע חדשים צוריק האב איך אבער באקומען א קארטל פון איינעם, און פון דעם בין איך אנגעקומען צו הערן אייערע דרשות, און איך מוז זאגן אז מיין לעבן האט זיך מיר ממש אינגאנצן געטוישט, איך האב שוין געלערנט די ברסלב'ע ספרים אויך ביז יעצט, אבער די וועג ווי אזוי איר לייגט עס אראפ מיט אזא פשטות, אז יעדער איד, נישט קיין חילוק אין וואסערע מצב ער געפונט זיך, קען זיך געבן א הויב אויף, א שאקל אפ פון אלע שלעכטס, און צוריק לויפן צום אייבערשטן, דאס האב איך יעצט צום ערשטן פארשטאנען.
איך האב באקומען פיל חיזוק צו רעדן צום אייבערשטן, און איך האב גענומען דעם סדר דרך הלימוד און איך האב שוין זוכה געווען צו ענדיגן פיר מאל ששה סדרי משנה, און איך דאנק דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים אז איך האב געטראפן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.
מיין שאלה איז אזוי, איך וואוין אויף א פלאץ וואו ס'איז דא ממש געציילטע מנינים שחרית יעדן טאג, איך פרוביר אלץ צו דאווענען מיט'ן ערשטן מנין אינדערפרי, אויב אבער פארשפעטיג איך דעם מנין, מוז איך דאווענען מיט'ן צווייטן מנין פונעם רב דאהי, און דאס מיר זייער שווער, ווייל מ'ציעט אויס דאס דאווענען מורא'דיג לאנג און ס'גייט מיר ממש אויף די נערווען, א געווענליכע שחרית נעמט אזוי לאנג ווי די ראש השנה'דיגן דאווענען אין א נארמאלע בית המדרש. איין טאג האב איך געלערנט משניות נאכ'ן אויסטרעטן שמונה עשרה ווארטנדיג אז דער בעל תפלה זאל אנהויבן די הויכע שמונה עשרה, און איך האב אנגעיאגט צו לערנען ניין פרקים אין די צייט, דאס איז אבער נישט קיין עסק, און דעריבער וועל איך ענדערש דאווענען ביחידות, אבער למעשה וויל איך יא דאווענען מיט מנין, אבער ס'איז מיר זייער שווער צו דאווענען מיט אזא לאנגע מנין. וואס קען מען טון אין אזא צייט?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון דאווענען מיט מנין; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): אויפ'ן פסוק (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן", "אֵימָתַי עֵת רָצוֹן?" ווען איז אן עת רצון? - "בְּשָׁעָה שֶׁהַצִּבּוּר מִתְפַּלְּלִין", ווען די ציבור דאוונט.
נאך זאגן די הייליגע חכמים (תענית ח.): "אֵין תְּפִלָּתוֹ שֶׁל אָדָם נִשְׁמַעַת אֶלָּא אִם כֵּן מֵשִׂים נַפְשׁוֹ בְּכַפּוֹ", דער אייבערשטער נעמט אן די תפילות נאר ווען מען האט אינזין וואס מען דאוונט. פרעגט די גמרא, עס שטייט דאך (תהלים עח, לו-לז): "וַיְפַתּוּהוּ בְּפִיהֶם, וּבִלְשׁוֹנָם יְכַזְּבוּ לוֹ, וְלִבָּם לֹא נָכוֹן עִמּוֹ, וְלֹא נֶאֶמְנוּ בִּבְרִיתוֹ", די אידן האבן געפאפט דעם אייבערשטן מיט זייער מויל, זיי האבן נישט אינזין געהאט ווען זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן וכו', דאך זאגט דער פסוק ווייטער, "וְהוּא רַחוּם יְכַפֵּר עָוֹן" וגו', אז דער אייבערשטער האט אנגענומען זייערע תפילות און ער האט זיי מוחל געווען אויף זייערע עבירות? ענטפערט די גמרא: "לֹא קַשְׁיָא, כָּאן בְּיָחִיד כָּאן בְּצִבּוּר", אויב מען דאוונט מיט מנין דעמאלט נעמט דער אייבערשטער אן יעדע תפילה אפילו מען האט נישט אינזין וכו'; זעט מען דאס גרויסקייט פון דאווענען מיט מנין, אז דער אייבערשטער נעמט אן די תפילה אזוי ווי עס זעט אויס, אפילו מען האט נישט אינזין דאס דאווענען אזוי ווי עס דארף צו זיין.
זיי נישט מזלזל אין דאווענען מיט מנין. אז מען דאוונט זייער לאנג און עס בלייבט דיר איבער אסאך צייט פון ווען דו ענדיגסט שמונה עשרה ביז דער בעל תפילה הייבט אן וכו' - קענסטו דעמאלט ענדיגן דיינע שיעורים, נעם א תהילים און זאג דעם יום תהלים. אויך בשעת'ן דאווענען קענסטו זיך מתבודד זיין; אז דער בעל תפילה איז מאריך זאלסטו זיך איבער דעקן מיט'ן טלית און זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן. אבער זאלסט ווייטער דאווענען מיט מנין, דורכדעם וועסטו מבטל זיין אלע קליפות ומשחיתים.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה ג:): "דָּבָר שֶׁבְּמִנְיָן - אֲפִילוּ בְּאֶלֶף לֹא בָּטֵל", זאגט מוהרא"ש אז מען דאוונט מיט מנין, אפילו דער מענטש זאל האבן טויזנטער קליפות וואס ווילן אוועק נעמען און מבטל זיין זיינע תפילות, אבער "לֹא בָּטֵל", זיינע תפילות ווערן נישט בטל ווייל עס איז 'במנין' ער דאוונט מיט מנין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.