תוכן השאלה
לכבוד דער חשובער ראש ישיבה שליט"א,
ערשטנס וויל איך אייך באדאנקען, איך בין געווען דאס יאר ביי אייער פלאץ אין אומאן, און ס'איז ב"ה געווען ממש מעין עולם הבא. סיי די תפילות און די סעודות און אויך די שיעורים. איך האב זיך פארגענומען אסאך גוטע זאכן ביי די שיעורים. הלוואי ווען איך קען ווען קומען א גאנץ יאר צו די שיעורים.
מיין עלטסטע טאכטער ווערט יעצט זעכצן יאר, און איך וויל זייער שטארק שוין א שידוך טון מיט איר. סיי ווייל איך ווייס אז דער רבי האט נישט געוואלט מען זאל ווארטן לאנג מיט א שידוך, און אויך ווייל איך זע נישט קיין שום תועלת פאר איר צו זיצן נאך צוויי יאר אין סקול און זיך ארומרייסן מיט די טישטערס, און זי איז שוין גענוג ערוואקסן אויך. מיין ווייב וויל אבער בשום אופן נישט הערן דערפון. איך האב ממש שלאפלאזע נעכט פון דעם.
חיים
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזהשי"ת
יום א' פרשת וזאת הברכה-ב, י"א תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק
לכבוד חיים נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וויסן זאלסטו אז אלעס קען מען פועל'ן מיט תפילה; אז דו וועסט יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, און אלע זאלן חתונה האבן יונג און גרינג אן קיין עגמת נפש, וועסטו זען א ישועה. מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס תפילה איז, און וואס מען קען פועל'ן דורך תפילה. עס איז באוואוסט דעם סיפור (פעולת הצדיק, סימן ו): ווען דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט משדך געווען זיין תלמיד ר' נחמן הורידענקער זכר צדיק לברכה מיט די שוועסטער פון ר' יצחק דרוביטשער זכר צדיק לברכה, תיכף נאך די חופה איז דער חתן - דער צדיק ר' נחמן הורידענקער נעלם געווארן, און זיין ווייב די כלה האט נישט געוואוסט וואו ער איז, זי האט געווארט אפאר טעג אז ער זאל אהיים קומען, און ווען זי האט געזען אז ער קומט נישט אהיים איז זי געגאנגען צום הייליגן בעל שם טוב און זי האט אויסגעבראכן אין א געוויין, זי האט אים פארציילט אז זי ווייסט נישט וואו איר מאן דער חתן איז, דער בעל שם טוב איז געווארן זייער דערשראקן, און ער האט איר געהייסן צוריק קומען נאך אפאר טעג. דער בעל שם טוב האט געזען מיט רוח הקודש וואו ר' נחמן איז באהאלטן, און ער האט געשיקט א שליח צו אים אז ער באפעלט אים ער זאל תיקף קומען צו אים. ווען ער איז אנגעקומען צום בעל שם הקדוש האט אים דער בעל שם טוב פארגעהאלטן: "היתכן צו טון אזא זאך, צו מעגן זיין א פרוי גלייך נאך די חופה?!" האט ער געענפערט אז ער זעט ברוח הקודש אז ער וועט האבן מיט איר א קינד, אבער תיכף ווען דער קינד וועט געבוירן ווערן וועט זי שטארבן, איך האב רחמנות אויף אירע יונגע יארן, דערפאר האב איך מיך באהאלטן אז זי זאל נאך קענען אביסל לעבן. ווען דער בעל שם הקדוש האט דאס געהערט האט ער איר געלאזט רופן און ער האט איר פארציילט די גאנצע מעשה, אז דער חתן האט זיך באהאלטן ווייל ער וויל נישט זי זאל אזוי יונג נפטר ווערן. האט זי געזאגט: "אויב מיין מאן איז אזוי גרויס, אז ער קען זען וואס גייט זיין וכו', בין איך מסכים טראגעדיג צו ווערן און האבן א קינד פון אים", און אזוי איז געווען, ר' נחמן איז אהיים געגאנגען מיט איר, און זי האט אנגעפאנגען צו ווארטן א קינד, בשעת זי האט געבוירן דאס קינד האט זי זייער געוויינט און געזאגט: "רבונו של עולם, נעם מיר נישט אוועק פון דער וועלט פאר א חודש, ווייל איך וויל זען מיין קינד, און זיך מיט אים משעשע זיין אביסל", און אזוי איז טאקע געווען, זי האט געלעבט א חודש, און נאכדעם איז זי נפטר געווארן.
האט ר' נחמן הורידענקער געזאגט: "א שאד זי האט נאר געבעטן צו בלייבן לעבן א חודש, ווען זי וואלט ווען געבעטן אז די גזירה זאל אינגאנצן בטל ווערן, וואלט עס אינגאנצן בטל געווארן - ווייל זי האט אזוי שטארק געבעטן, מיט אזא צעבראכענע הארץ, אז זי וואלט ווען געקענט מבטל זיין די גזירה". זעט מען ווי שטארק תפילה איז, אז מען קען אלעס פועל'ן מיט תפילה.
דערפאר, אז דו ווילסט חתונה מאכן דיינע קינדער יונג, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב:): "הָאוֹהֵב אֶת אִשְׁתּוֹ כְּגּוּפוֹ, וְהַמְכַבְּדָהּ יוֹתֵר מִגּוּפוֹ, וְהַמַּדְרִיך בָּנָיו וּבְנוֹתָיו בְּדֶרֶ יְשָׁרָה, "וְהֲמַשִׂיאָן סָמוּך לְפִרְקָן", עָלָיו הַכָּתוּב אוֹמֵר (איוב ה, כד): "וְיָדַעְתָּ כִּי שָׁלוֹם אָהֳלֶך", ווער עס האט ליב זיין ווייב אזוי ווי זיך אליין, און ער איז מכבד זיין ווייב מער ווי ער איז זיך אליין מכבד, און ער איז מחנך זיינע קינדער זיי זאלן זיך אויפפירן אזוי ווי מען דארף, און ער מאכט זיי חתונה אינגערהייט, אויף אים איז געזאגט געווארן דעם פסוק (איוב ה, כד): "וְיָדַעְתָּ כִּי שָׁלוֹם אָהֳלֶך, וּפָקַדְתָּ נָוְךָ, וְלֹא תֶחֱטָא"; קריג דיך נישט מיט דיין ווייב, דו בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן אז דיינע קינדער זאלן חתונה האבן יונג און גרינג, וועסטו זען וואונדערליכע ניסים.
בכלל דארפסטו וויסן אז שידוכים האט נאר מיטן אייבערשטן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז נאר דער אייבערשטער געבט שידוכים.
נאר דורך תפילה וועסטו זוכה זיין צו חתונה מאכן דיינע קינדער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; זעט מען אז נאר תפילה איז די עצה צו טרעפן א גוטע שידוך - סיי פאר זיך און סיי פאר די קינדער.
דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.