תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך קום פון א שיינע משפחה, איך האב חתונה געהאט מיט א בחור פון א שטוב פון בעלי תשובה, ס'איז געווען א שווערע שידוך פאר מיינע עלטערן, איך האלט אבער אז דאס איז געווען פון הימל.
מיין פראבלעם איז אז מיין מאן טוט נישט אסאך וויכטיגע מצות וואס א מאן דארף צו טון, איך האב אסאך צער פון דעם, איך וויל ער זאל זיין ערליך און נאנט צום אייבערשטן, נישט צוליב מיר נאר לשם שמים, ווי אזוי קען איך מקרב זיין צום אייבערשטן?
א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע שיעורים און חיזוק.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
דער אייבערשטער האט געגעבן ספעציעלע כוחות פאר א פרוי אז זי האט די כוחות אויפצוהייבן איר מאן און אזוי אויך פארקערט חס ושלום.
שלמה המלך דער גרעסטער חכם פון דער וועלט זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ"; א פרוי וואס בויעט אויף איר מאן, זי דערהייבט אים, זי שעצט אים - דאס איז א קליגע פרוי, און א פרוי וואס זוכט נאר ווי זי קען צעברעכן איר מאן, צעברעכן איר שטוב - דאס איז א נארישע פרוי. א קלוגע פרוי וואס וויל איר מאן זאל לערנען און דאווענען וועט זי אים געבן אסאך ווארימקייט און ליבשאפט ביז דער מאן וועט זיך טוישן צום גוטן, ווייל מען קען אלעס פועל'ן מיט אביסל ליבשאפט און אביסל ווארימקייט.
מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט פונעם אהבת ישראל זכותו יגן עלינו, אז ווען ער האט זיך אריין געצויגן קיין מארמאראש, וואו עס האבן געוואוינט אידישע קינדער וואס זענען געווען זייער ווייט פונעם דרך התורה והמצוות, האט מען אים געפרעגט: "ווי אזוי וועט דער רבי קענען פועל'ן ביי די מארמאראשע אידן זיי זאלן תשובה טון, זיי זאלן זיך פירן אזוי ווי עס דארף צו זיין?" האט זיי דער אהבת ישראל געענטפערט: "איך וועל זיי אזוי ליב האבן, ביז זיי וועלן פאלגן וואס איך לערן זיי, און וואס איך פארלאנג פון זיי"; זעט מען אז מיט ליבשאפט קען מען אלעס פועל'ן.
געבט א קוק צו וואס דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט זוכה געווען אלעס אין זכות פון זיין ווייב; רבי עקיבא האט געזאגט פאר זיינע תלמידים (כתובות סג.): "שֶׁלִּי וְשֶׁלָּכֶם שֶׁלָּהּ הִיא", מיין גאנצע תורה און אייער תורה - איז אלעס בזכות מיין ווייב. רבי עקיבא איז געווען א פאסטוך ביי איר טאטע בן כלבא שבוע, ער האט נישט געלערנט און ער איז געווען זייער ווייט פון די הייליגע תורה, האט אים זיין צוקונפטיגע ווייב געפרעגט: "אִי מִקַּדַּשְׁנָא לָך אָזְלַת לְבֵי רַב?", אויב איך וועל צו דיר חתונה האבן וועסטו גיין אין ישיבה לערנען די הייליגע תורה? האט ער געזאגט: "יא", זיי האבן חתונה געהאט און זי האט אים מעודד געווען ביז ער איז געווארן דער הייליגער תנא רבי עקיבא; זעט מען פון דעם אז א פרוי האט די כח אויפצוהייבן איר מאן ער זאל לערנען און דאווענען, מיט דעם וואס זי געבט אים ליבשאפט און ווארימקייט וכו'.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה יז, יז): "אָדָם נִבְרָא מֵאֲדָמָה וְכֵיוָן שֶׁאַתָּה נוֹתֵן עָלֶיהָ טִפָּה שֶׁל מַיִם מִיָּד הִיא נִשְׁרֵית", אדם הראשון איז באשאפן געווארן פון ערד, דעריבער איז דער מאן אזוי ווי ערד; אזוי ווי מען גיסט וואסער אויף ערד ווערט עס ווייעך, די זעלבע זאך, ווען מען גיסט גוטע ווערטער אויפן מאן, מען רעדט שיין צו אים, מען קוקט אים ארויף, ווערט ער ווייעך און מען קען אלעס פועל'ן.
פארשטייט זיך אז מען דארף זיין זייער שטארק נישט אוועק צו גיין פון די תורה; אויף דעם זאגן שוין חכמינו זכרונם לברכה (נדה מה:): "מְלַמֵּד שֶׁנָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בִּינָה יְתֵירָה בָּאִשָּׁה יוֹתֵר מִבָּאִישׁ", דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א פרוי מער קלוגשאפט ווי פאר א מאן; פון איין זייט צו זיין זייער א ווארימע ווייב וכו' און פון די אנדערע זייט דארף מען זיין זייער שטארק ביי זיך נישט אוועק צו גיין פון די וועגן פון די הייליגע תורה און פון די דרך האבות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.