שאלה אין קורצן ענין
#1 - וויפיל דארף מען פארקוקן ביי א שידוך?
שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט ביי א שיעור ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז ווען ס'קומט צו זוכן א שידוך דארף מען זיך אראפבייגן דעם קאפ, נישט זוכן קיין כבוד און געלט, נאר דער עיקר איז חתונה צו מאכן די קינדער. וויל איך וויסן ווי ווייט דאס גייט, וויפיל דארף מען טאקע פארקוקן?


איך האב ב"ה א פיינע טאכטער, און מ'טראגט אן פאר איר אסאך שידוכים, אבער קיין איינער פון די וואס מ'טראגט אן איז נישט גענוג גוט אין מיינע אויגן. איך וויל א בחור וואס זאל זיין א מצוין און א לערנער און א גרויסער ירא שמים, און דערווייל האב איך נאכנישט געטראפן וואס איך זוך. איך קען נישט טראכטן פון נעמען עפעס שוואכערס, און די סיבה איז נישט וועגן כבוד אדער געלט, נאר איך וויל אן עכטער פיינער איידעם, דארף מען אויף דעם אויך פארקוקן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר די וואס פלעגן פרעגן אויף שידוכים וכו' אז דער עיקר זאל מען נאכקוקן דעם בחור'ס מידות, ווייל דער עיקר פונעם מענטש איז די מידות; יא לערנען נישט לערנען - דאס קען מען זיך טוישן, אזוי ווי מען זעט אסאך יונגעלייט וואס האבן געלערנט פלייסיג אלץ בחור האבן נאך די חתונה אפגעלאזט דאס לערנען, און פארקערט אויך, עס זענען דא ערליכע טייערע יונגעלייט וואס האבן נישט געלערנט אלץ בחור און נאך די חתונה האבן זיי אנגעהויבן צו לערנען; זיי האבן גוט חתונה געהאט, זייערע ווייבער האבן זיי מחזק געווען צו האבן א שיעור, צו האבן א רב וכו', און זיי זענען אינגאנצן נתהפך געווארן לטוב. ווידעראום מידות איז שווער א מענטש זאל זיך טוישן; אויב דער בחור האט נישט קיין גוטע מידות קומט ארויס דעם גאנצן אמת נאכדעם וואס די שבע ברכות ענדיגט זיך, מען טרעפט זיך מיט א חיה ארויס פון ישיבה השם ישמרינו.


מאך זיך נישט נאריש וכו', אויב דו זוכסט באמת די טובה פון דיין קינד מאך איר א כלה וואס שנעלער, זיי נישט קלוגער פון אונזערע הייליגע חכמים וואס זאגן (פסחים קיג.): "בִּתְּךָ בָּגְּרָה - שַׁחְרֵר עַבְדְּךָ וְתֶּן לָהּ", נאך זאגן חז"ל (סנהדרין ק:): "מִפַּחְדָהּ לֹא יִישַׁן בַּלַּיְלָה", איינער וואס האט א טאכטער אין די יארן פון שידוכים, ווי קען ער שלאפן ביינאכט פון פחד וכו'?!


אויפהאלטן די קינדער מיטן אויסרייד אז מען זוכט פאר'ן קינד עפעס וואס איז נישט דא - דאס נישט קיין ליבשאפט, ווייל ווען מען האט באמת ליב דאס קינד וואלט מען איר חתונה געמאכט ווי שנעלער; ווען מען טוט וואס איז גוט פאר יענעם ווייזט דאס אז מען האט יענעם ליב, נישט ווען מען קוקט אויף די אייגענע אינטערעסן און מען זאגט אז מען האט יענעם ליב. אויף דעם זאגט דער פסוק (איכה ד, י): "יְדֵי נָשִׁים רַחֲמָנִיּוֹת בִּשְּׁלוּ יַלְדֵיהֶן", רחמנות'דיגע מאמעס האבן מיט זייערע אייגענע הענט גע'הרג'ט זייערע קינדער; מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס עס גייט היינט איבער אויף בני הנעורים, ווי זיי פייניגן זיך און האלטן אין איין אראפפאלן אין מיאוס'ע עבירות, וואס מען קען ווען דאס אלעס איינשפארן דורך זיי חתונה מאכן יונג.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער און טון מיט זיי ערליכע שידוכים. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.