תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געליינט דעם בריוו וואס איר האט געענטפערט אויף די פראגע וויפיל איז דער שיעור אנצוהויבן נאכאמאל און נאכאמאל. ווען מ'פאלט און מ'פאלט אזויפיל מאל, שפירט מען שוין אז ס'איז באמת נאריש צו זאגן אז מ'הויבט אן נאכאמאל.
איך האב זיך מחיה געווען מיט דעם בריוו, ווייל די זעלבע קשיא דרוקט מיר שוין פאר אסאך יארן, און איך האב זייער הנאה געהאט פונעם ענטפער, אבער איך האב פרובירט מקיים צו זיין די עצות פונעם בריוו, סיי צו זאגן תהלים און סיי צו לערנען יעדן טאג כך וכך, איך שפיר אבער נישט אז ס'זאל מיר העלפן, איך פאל צוריק אריין אין עבירות טאג טעגליך, אז איך ווייס שוין באמת נישט וויפיל איז דער שיעור זיך מחזק צו זיין.
איך בין א חתן, און ס'הויבט מיר אן אויפקומען געפילן אז אפשר גייט זיך גארנישט טוישן נאך די חתונה. ביז יעצט פלעג איך זיך טרייסטן אז נאך די חתונה קומט גוטע צייטן אן קיין פראבלעמען, אבער יעצט הויב איך שוין אן האבן ספיקות אין דעם.
איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען אן עצה געבן וואס צו טון.
א גרויסן יישר כח.
שמואל
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד החתן שמואל נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט געטראפן דיין שידוך; נאך אביסל וועסטו חתונה האבן וועסטו זוכה זיין צו זיין אן ערליכע איד. די הייליגע חכמים זאגן (פסחים קיב:): "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר - נוֹשֵׂא אִשָׁה וְלוֹ בָּנִים", ווען מען האט חתונה איז מען ריין און מען קען דינען דעם אייבערשטן מיט א ריינע מח.
איך בעט דיר זייער זאלסט אפלאזן דיינע אלטע מעשים; יעצט הייבט זיך אן א נייע תקופה אין דיין לעבן מיט דעם וואס דו גייסט חתונה האבן. דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", אז מרקדים איז א לשון פון טאנצן און שפרינגען, "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", דאס הייסט אז א חתן דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה, ער דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פונדאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).
דאס וואס דו פרעגסט: "וויפיל איז דער שיעור זיך צו מחזק זיין?" וויסן זאלסטו אז אריין גיין אין די קדושה נעמט נישט איין מינוט, מען דארף אסאך ווארטן ביז מען איז זוכה צו ווערן א כהן גדול. דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו טייטשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כ:): "כְּבָר צָוַוח הַכֹּהֵן אָנָּא הַשֵּׁם, וְנִשְׁמַע קוֹלוֹ בִּירִיחוֹ", זאגט ער (נועם אלימלך, תחלת פרשת וישלח): "שֶׁזְמַן אָרוֹךְ צָרִיךְ הָאָדָם לִצְעֹק: 'אָנָא הַשֵׁם, עָזְרֵנִי שֶׁאֶזְכֶּה לְעָבְדְּךָ בֶּאֱמֶת', וְאָז וְנִשְׁמַע קוֹלוֹ, אֲבָל לֹא בְּיָמִים מוּעָטִים", מען דארף אסאך שרייען צום אייבערשטן ביז מען איז זוכה צו ווערן א צדיק.
זיי נישט צעבראכן פון דעם וואס דו זעסט אז עס גייט אריבער אסאך צייט און דו מוטשעסט זיך און דו קומסט נישט אן וכו' וכו', ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "כְּשֶׁאָדָם נִכְנָס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֲזַי הַדֶּרֶךְ שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת, וְנִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מִלְמַעְלָה וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ כְּלָל לִכָּנֵס לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", אזוי גייט עס ווען א מענטש וויל ווערן אן ערליכער איד, ער שפירט ווי קיינער דארף אים נישט, "וּבֶאֱמֶת כָּל הַהִתְרַחֲקוּת הוּא רַק כֻּלּוֹ הִתְקָרְבוּת", אבער דאס איז נאר א וועג ווי אזוי מען וויל דערנענטערן דעם מענטש צום אייבערשטן, און אויב דער מענטש איז שטארק ביי זיך און ער דערהאלט זיך, דאן וועט ער אלעס אריבער גיין און ער וועט זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס זענען נאר פארהאנען.
דאס איז דיין שיינקייט און דאס האט דער אייבערשטער ליב; צו זען ווי א איד וואס עס קאכט אין אים אלע שמוץ און נארישקייטן, מיט דעם אלעם דערהאלט ער זיך און ער קומט נאכאמאל צוריק, ער בעט דעם אייבערשטן און ער וויינט זיך אויס: "רבונו של עולם איך וויל זיין אן ערליכער איד, האב אויף מיר רחמנות וכו' וכו'"; דאס קען אפילו א מלאך נישט באווייזן.
זאלסט גיין צו דיין חתונה מיט גרויס פרייד און אויפשטעלן א ערליכע אידישע שטוב.