שאלה אין קורצן ענין
#1 - וויפיל איז דער שיעור פון "קדש עצמך במותר לך"?
שלום בית, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן, מיט א גוטע שלום בית ב"ה, איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם ענין פון "קדש עצמך במותר לך", וויפיל איז דער שיעור? און ווי ווייט גייט עס אז מ'דארף זיך הייליגן?


איך וועל זייער דאנקבאר זיין אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען אויסקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אין ברסלב איז געווען זייער א גרויסער צדיק הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכרונו לברכה (בעל מחבר ספר "באור הלקוטים"). ער איז געווען זייער א גרויסער מענטש; ער פאר זיך איז געווען גענצליך מובדל ומופרש פון די וועלט, מיט דעם אלעמען ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות של בינו לבינה וכו', פלעגט ער שטענדיג זאגן: "קִינְדֶערְלֶעך, הִיט אַייך פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל זיך אכטונג געבן אין הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן הלכות נדה צו וויסן נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער ווען מען מעג, מעג מען אלעס וכו', און מען זאל זיך נישט מבלבל זיין פון קיין שום זאך אויף דער וועלט.


וויסן זאלסטו אז מיר לעבן היינט אין א דור פון הפקירות און פריצות, די גאס איז אויסגעלאסן מיט די עקעלדיגסטע אויסגעלאסענסטע עבירות רחמנא לצלן און עס איז נישט מעגליך מען זאל נישט דורך פאלן מיט עבירות רחמנא לצלן, אבער אז מען האט חתונה - דאס ראטעוועט דעם מענטש פון שלעכטע מחשבות און פון עבירות, ווייל אז מען האט 'פַּת בְּסַלּוֹ', מען האט א ווייב - דאן זוכט מען נישט קיין עבירות.


וואס טוט דער יצר הרע? ער וויל דאך אראפ ווארפן דעם מענטש; איז ער זיך מתלבש אין מצוות און רעדט איין דעם מענטש ער זאל זיין אפגעשיידט אין שטוב וכו', אזוי וועט ער גיין זוכן שמוץ.


דאס זאלסטו גוט וויסן: "פרישות איז מעשה בעל דבר"; ווייל ווען א מענטש האט חתונה היט אים זיין ווייב אפ פון עבירות, און די אלע מחשבות וואס דער מענטש האט צו זיין א פרוש - דאס איז מעשה בעל דבר אים אריין צו כאפן אין א פאסטקע און אים מכשיל זיין מיט עבירות.


 דאס וואס דו פרעגסט וואס טוט מען מיט דאס וואס חכמינו הקדושים זאגן (ספרי דברים, סימן קא) אויפן פסוק (דברים יד, כא): "כִּי עַם קָדוֹשׁ אַתָּה" - "קַדֵּשׁ אֶת עַצְמְךָ בַּמּוּתָּר לָך"; אדרבה, דאס מיינט מען צו זאגן אז מען זאל זיך הייליגן און זיך "נישט" אפשיידן, אזוי וועט מען זיין הייליג און נישט צו קומען צו קיין ביטערע עבירות, אזוי ווי דער הייליגער צדיק רבי נתן זכרונו לברכה זאגט (ליקוטי הלכות יום הכיפורים, הלכה א, אות א): "ווער עס האט נישט חתונה איז פגום בברית".


דערפאר האט דער הייליגער רבי זייער מקפיד געווען מען זאל חתונה האבן; דער רבי האט נישט געלאזט בחורים קומען צו אים, אויב א בחור איז געקומען צום רבי'ן, האט ער אים געזאגט: "גֵיי אַהֵיים אוּן קוּם צוּרִיק צוּ מִיר מִיט אַ טַלִּית", דאס מיינט ווען דו וועסט חתונה האבן – וואס דעמאלט טוט מען אן א טלית - זאלסטו צוריק קומען צו מיר.


ווייל נאר אזוי קען מען זיין אפגעהיטן פון עבירות; בפרט אין אונזער דור וואס איז ערגער פון דור המבול - איז נישט דא קיין אנדערע וועג צו זיין הייליג, נאר אז מען לעבט מיט א ווייב אן קיין פרישות. אז מען לעבט אין שטוב אן פרישות איז מען זוכה צו א ריינע מח-מחשבה און מען איז אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס, מה שאין כן אויב מען איז זיך פורש וכו' קען מען אראפפאלן אין נישט גוטע זאכן.


איך האף אז דו וועסט ארויס נעמען פון דעם בריוו הנהגות ווי אזוי זיך צו פירן; עס איז נישט שייך מאריך צו זיין אין דעם ענין וכו', אבער איין זאך זאלסטו געדענקען, דאס וואס רבי אברהם בן רבי נחמן פלעגט זאגן: "קִינְדֶערְלֶעך, הִיט אַייך פוּן כְּרִיתוּת", ווען מען מעג - מעג מען אלעס וכו' און ווען מען טאר נישט - טאר מען גארנישט וכו'.


אנטלויף פון די אלע פאלשע מדריכים וואס לערנען אויס פאר חתנים און כלות חומרות, ווייל אלע וואס פאלן אראפ אין עבירות איז דאס נאר ווייל מען האט זיי געלערנט די פאלשע לימודים פון פרישות וכו', דערפאר גייען זיי זוכן שמוץ.


א שאד אז מען לערנט דאס נישט מיט חתנים און כלות; אנשטאט צו לערנען מיט חתנים און כלות די הלכות אזוי ווי עס דארף צו זיין, ווי אזוי צו לעבן מיט ליבשאפט וכו', לערנט מען מיט זיי אלע סארט דמיונות, שטותים און נארישע חומרות וואס דאס איז גורם אזוי פיל גיטין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.