תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיר האלטן אינמיטן א שידוך פאר אונזערע טאכטער תחי', און מיר האבן געהערט אז דער בחור האט זיך נאכגעפרעגט אויף אונזער טאכטער אויב זי איז אזא סארט וואס איז זיך מכניע. דאס האט אונז געמאכט אביסל דערשראקן פון גיין ווייטער מיט'ן שידוך, טראכטנדיג אז אפשר ווייזט דאס אז ער איז א שולט, א קאנטראלירער און א דיקטאטאר, און מיר ווילן נישט אונזער טאכטער זאל אריינפאלן מיט אזא איינעם.
ווילן מיר זיך מייעץ זיין מיט'ן ראש ישיבה שליט"א וואס איז די ריכטיגע וועג צו האנדלען אין אזא פאל.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מוהרא"ש זאגט, ווען עס קומט צו נעמען א בחור פאר אן איידעם זאל מען דער עיקר קוקן אויף די מידות און יראת שמים פונעם בחור, ווייל דער עיקר פונעם מענטש איז די מידות; יא לערנען נישט לערנען - דאס קען מען זיך טוישן. אזוי ווי מען זעט זייער אסאך בחורים וואס האבן פלייסיג געלערנט אלץ בחור, אבער נאך די חתונה האבן זיי אינגאנצן אפגעלאזט דאס לערנען, און פארקערט אויך, איך האב שוין געזען אסאך בחורים וואס האבן נישט געלערנט אזוי פלייסיג אלץ בחור, און נאך די חתונה האבן זיי אנגעהויבן צו לערנען; זיי האבן גוט חתונה געהאט, זייערע ווייבער האבן זיי מחזק געווען צו האבן א שיעור, צו האבן א רב וכו' און זיי זענען אינגאנצן נתהפך געווארן לטוב. אבער מידות - דאס איז שוין עפעס אנדערש, דאס איז זייער שווער א מענטש זאל זיך טוישן; אויב האט דער בחור נישט קיין גוטע מידות, קומט ארויס דער גאנצער אמת נאכדעם וואס די שבע ברכות ענדיגט זיך, מען טרעפט זיך מיט א חי' ארויס פון ישיבה.
אזוי אויך ווען עס קומט צו נעמען א שנור דארף מען זיך נאכפרעגן אויף אירע מידות; צי זי וועט זיין אן ערליכע פרוי, זיך מכניע זיין פאר איר מאן און טון זיין רצון. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט): "אֵיזוֹהִי אִשָׁה כְּשֵׁרָה? כָּל שֶׁעוֹשֶׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ", ווער איז אן ערליכע פרוי? א פרוי וואס טוט רצון בעלה זי איז שטענדיג גרייט פאר'ן מאן וכו'; דאס הייסט אן ערליכע פרוי. עס איז א נארמאלע זאך צו פרעגן אויפ'ן מיידל צי זי איז א מיידל מיט הכנעה, דאס מיינט נאך נישט אז מען ווערט א דיקטעטער, אויב איז דער בחור א קאנטראלער וואלט איר דאס זיכער געהערט פון חברים.
בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו גוטע שידוכים; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.