שאלה אין קורצן ענין
#1 - וועל איך ווייטער פאלן א גאנץ לעבן?
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, תשובה, עבירות, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פארוואס? פארוואס גייט עס אזוי? שוין אזויפיל צייט וואס איך בין נישט נכשל געווארן אין פגם הברית הוצאת זרע לבטלה חס ושלום, און נעכטן בין איך נאכאמאל אראפגעפאלן רחמנא ליצלן, און גראדע נעכטן האב איך אסאך געלערנט, נאך א לאנגע צייט וואס איך האב נישט געלערנט, און יעצט דוקא ווען איך האב זיך נעכטן אנגעשטרענגט צו לערנען אסאך, דוקא נאכדעם בין איך אראפגעפאלן, פארוואס?


איך ווייס אז וואס העכער א מענטש גייט ארויף, ווערן זיינע נסיונות שווערער, אבער וועט עס טאקע זיין אזוי א גאנצע לעבן? וועל איך א גאנצן צייט פאלן און זיך אויפהייבן און פאלן און זיך הייבן און נאכמאל פאלן און נאכמאל זיך הייבן? וועל איך קיינמאל נישט האבן קיין מנוחה פונעם יצר הרע? איך שפיר זיך אזוי שלעכטסף וועל איך קיינמאל נישט קענען אריינגיין אין די קדושה?


איך וויל דאך אזוי שטארק זיין ערליך, איך וויל אזוי שטארק זיין א צדיק, און גארנישט, ווי נאר איך גיי איין טרעפל נענטער צום אייבערשטן, פאל איך גלייך צוריק אראפ א גאנצע שורה פון טרעפ, וואס וועט זיין? איך האב נישט קיין כח מער, איך האלט עס נישט אויס.


א צובראכענע נשמה וואס וויל זיין גוט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס זאל איך דיר זאגן? די עבירה פון פוגם זיין בברית איז אזוי געפערליך, עס איז א מחלה ווי אלע מחלות, און אויב מען קען נישט ארויסגיין פון דעם דארף מען גיין צום דאקטער ער זאל פארשרייבן מעדעצין; ווייל די עבירה מאכט דעם מענטש אינגאנצן משוגע. אזוי זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן לו), אז ניאוף מאכט משוגע, און אמאל איז עס אזוי אזוי געפערליך אז עס איז נישט מעגליך ארויסצוגיין פון דעם נאר דורך וכו', עיין שם; אויך זאגט דער רבי (שם, סימן ס), אז די עבירה פון פגם הברית מאכט אז די מח זאל ווערן אויסגעטרוקנט, ביז מען ווערט משוגע.


די עבירה פון פגם הברית איז אזוי שלעכט, עס קילט אפ די אמונה, די עבירה מאכט מען זאל האבן קשיות און ספיקות אויפן אייבערשטן, עס ברענגט מחשבות פון כפירות ואפיקורסות, מען ווערט א דערביטערטער מענטש; ווייל די עבירה מאכט חרוב דעם מענטש, סיי פיזיש; מען ווערט קראנק, און סיי גייסטיש, מענטל; מען ווערט א דערשלאגענער.


זיי זיך מקבל מער נישט צו זינדיגן אין די עבירה, און געוואוין זיך צו צו זאגן די תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהלים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], און די תפילה פון רבי נתן, און ועל כולם זיי זיך מתודה פארן אייבערשטן, דערצייל אים וואס דו האסט געטון און וויין זיך אויס צו אים ער זאל דיר מוחל זיין, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, דו זאלסט מער נישט זינדיגן; דאס זאלסטו טון יעדן טאג, זוך דיר א פלאץ, א שטילע פלאץ, און שמועס אויף דיין אייגענע שפראך, אויף דיין מאמע לשון; דערצייל דעם אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט און ווי שווער עס גייט דיר, ווי דער יצר הרע ווארפט דיך אראפ נאכאמאל און נאכאמאל; דאס וועט אראפנעמען פון דיר אלע דינים, און דער אייבערשטער וועט דיר מוחל זיין.


אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג אביסל חומש מיט תרגום פון די פרשה פון די וואך איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער. אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור צו לערנען יעדן טאג משניות און גמרא; אפילו באופן פון זאגן די ווערטער, אן פארשטיין, ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אין צריכין בלימוד רק האמירה לבד", מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, און אזוי קומט מען צו אז מען הייבט אן פארשטיין; דאס איז זייער א גוטע וועג פון לערנען פאר די אלע וואס זינדיגן אין די עבירה און פארלירן זייער מח, די פליסיגקייט פון מח טרוקנט זיך אויס און מען קען זיך נישט קאנצעטרירן, מיט האלטן דאס לערנען, און מיט די דרך הלימוד פון רבי'ן קען מען יא זוכה זיין צו באקומען מח און ווערן אן ערליכער איד, א צדיק.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.