תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב אמאל געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א אז די קומענדיגע גרויסע זאך נאך "קאוויד", וועט זיין קורצשלוסן, די לעקטער וועט פאלן (blackouts).
איך וויל וויסן אויב מען האלט שוין דא, ווייל אויב מיר וועלן זיין פאר עטליכע וואכן אן לעקטער, וועט נישט זיין קיין עסן און טרינקען און מען וועט זיך הרג'ענען. איך לאז שוין איבער צוואה, און איך וויל קויפן א ביקס און אסאך עסן און וואסער.
מיין אינערליכע געפיל זאגט מיר אז עפעס קומט זייער נאנט, און איך טראכט אז אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א געמאכט די שטעטל ווייט ארויס פון שטאט ווייל אין שטאט וועט זיין ממש הריגות, איך שפיר אז די צייט ברענט, איך מוז שוין יעצט גיין אנגרייטן זאכן צו בלייבן לעבן.
אויב דאס גייט טאקע זיין, זאל דער ראש ישיבה שליט"א מיר ביטע זאגן ווי אזוי זיך צו באהיטן, און וואס איך דארף זיך צוגרייטן.
פארגאנגענעם דאנערשטאג האט מייקראסאפט נישט געארבעט, פרייטאג האט מען אפגעשטעלט אלע פליגער פון גאנץ אמעריקע, מאנטאג איז געווען גרויסע פראבלעמען ביי עטליכע גרויסע אמעריקאנע בענק, דינסטאג איז געווען פראבלעמען ביי גרויסע אימעילס און "עפל פעי"; ווער איז די קומענדיגע אין די רייע? עס איז נישטא קיין תירוצים פאר די אלע זאכן האבן פאסירט.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר
דו מאכסט מיך שמייכלען, מאכסט מיך לאכן, איך זע ממש די ווערטער פון הייליגן רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קצא), צוויי מענטשן קענען זיצן איינער נעבן צווייטן, איינער שפירט די 'גן עדן', ער שפירט די ש"י עולמות, ער שפירט דעם אייבערשטן, און איינער זיצט אין 'גיהנום'; ער פייניגט זיך מיט גארנישט און נישט.
למשל, צוויי מענטשן זעצן זיך ארויס ביינאכט אינדרויסן אויפן פארטש זיך אפרוען און זיך אויסלופטערן, איינער קוקט צום הימל (תהלים ח, ד): "כי אראה שמיך מעשה אצבעותיך, ירח וכוכבים אשר כוננת", ער איז זיך מחי', ער זעט די וואונדער פונעם אייבערשטן, "ומסדר את הכוכבים ומשמרותיהם ברקיע כרצונו" (ברכת מעריב ערבים), ער לויבט און דאנקט השם יתברך, און דער אנדערער נעבן אים - וואס הערט די נייעס און הערט זיך צו צו די שעדליכע גיפטיגע קאנספיראציעס - הייבט אן צו זען פלוצלונג ווי די שטערנס גייען אייננעמען די וועלט, מען זעט יו-עף-או'ס און מען הייבט אן זען ווי די גאנצע וועלט צעפאלט, אז מען דארף שוין האבן א בונקער און מען דארף שוין אוועקלייגן עסן וכו'.
אז דו וועסט זיך מאכן א גדר מער נישט צו הערן נייעס - וועט דאס זיין די בעסטע בונקער פאר דיר זיך צו באשיצן פון אלעם שלעכטס; איך בעט דיר זייער ליבער ברודער, הארציגער חבר, געענדיגט מיט נייעס; וועט דיר גוט זיין, עס וועט דיר באמת זיין גוט.
דאס וואס דו זאגסט נאך בשמי וכו'; נישט דאס האב איך געזאגט, איך האב געזאגט אז די קומענדיגע זאך וועט זיין אז משיח וועט קומען און עס וועט זיין (ישעי' יא, ט): "ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים", עס וועט בטל ווערן אלע נארישקייטן.
ביי די וואס הערן נישט די קאנספיראציעס, מען הערט נישט קיין נייעס - איז פאריגע וואך דאנערשטאג געווען א שיינע ליל שישי שיעור וואס מען האט גערעדט פון אמונה און פון מאכן פרייליכע שבת סעודות, און פרייטאג איז געווען אזא געשמאק ביי אנשי שלומינו אין שטוב, מען האט אנגעגרייט דעם שבת מיט שמחה. מאנטאג האט מען געליינט די פרשה פון יעקב אבינו ווי דער אייבערשטער זאגט אים (בראשית כח, טו): "אנכי עמך", איך בין מיט דיר, "אל תירא", דארפסט נישט מורא האבן, און דינסטאג איז געווען א הערליכע טאג, מען האט געלערנט און געדאווענט און געמאכט פרייליך די ווייב מיט די קינדער.
הלואי זאלסטו מיך פאלגן, זאלסט אויפהערן מיט די נייעס, לאז אפ די נייעס, די נייעס מאכט דיך קראנק, עס מאכט דיך פארטעמפט - וועט דיר גוט זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.