תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
ביי אונז אין די משפחה לייגט מען נישט קיין גרויס געוויכט אויף הכשרים, מען עסט אלעס ווי לאנג ס'האט נאר סיי וועלכע הכשר. איך האב געהערט ביי א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א אז מ'דארף יא אכטונג געבן וואס מען עסט, האב איך אנגעהויבן צו קוקן אויף הכשרים, איך בין אבער זייער צומישט, איך ווייס נישט וואס איז א גוטע הכשר, ווי אזוי ווייסט מען וועלכע הכשר מ'קען עסן?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו עסן און נישט צו טרינקען נאר אויב עס האט א גוטע הכשר.
ווען דער הייליגער רבי איז געקומען קיין אומאן און ער איז איינגעשטאנען ביי נחמן נתן האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן קצה): "מיר דארפן זיך זייער היטן מען זאל חס ושלום נישט נכשל ווערן אין עסן נישט כשר'ע עסן"; דער רבי האט געזאגט: מצד אונזער נשמה קען אונז קיינער נישט שלעכטס טון, זיי קענען אונז נישט פארדרייען אונזער קאפ מיט זייערע נארישע דיעות, עס וועט אונז נישט שאטן, אבער, "בְּעִנְיְנֵי מַאֲכָלִים, עַל זֶה אָנוּ צְרִיכִין שְׁמִירָה שֶׁלֹּא נִכָּשֵׁל חַס וְשָׁלוֹם", אין הכשרים, אויף עסן - דארט דארפן מיר גרויס שמירה מיר זאלן נישט נכשל ווערן, "וְעַל זֶה צְרִיכִין שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יִשְׁמֹר אוֹתָנוּ וּצְרִיכִין לְבַקֵּשׁ מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל זֶה שֶׁיִּשְׁמֹר אוֹתָנוּ מִזֶּה", און מיר דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם.
בפרט ווען עס קומט צו פלייש - דארט דארף מען זיך מאכן א שטארקע גדר וואס פאר א פלייש מען עסט, פון וואס פאר א שחיטה; מען זאל נאר עסן פון ערליכע קהילות בישראל וואס האבן ערליכע שוחטים און בודקים, נישט עסן פון כל הבא בידו, נאר פון ערליכע קהילות וואס זענען מחמיר מיט שטארקע חומרות, צום ביישפיל סאטמאר וכדומה, ווייל דער רמב"ם זאגט (אגרת הרמב"ם, הובא בדגל מחנה אפרים פרשת עקב, דבור המתחיל 'ומלתם את ערלת לבבכם') אז מען עסט טריפות און נבילות ווערט די בלוט פונעם מענטש שמוציג, נאכדעם קען מען שוין נישט האבן קיין אמונה.
א פרייליכן יום טוב.