תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איר רעדט אסאך פון דערציילן ספורי צדיקים פאר קינדער, ספעציעל אזעלכע מעשיות וואס מ'קען נאכמאכן. איך וויל אבער וויסן וואו מ'קען טרעפן אזעלכע גוטע מעשיות פאר קינדער. אפשר קענט איר מיר ארויסהעלפן?
יואל
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד יואל נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
היינט איז דא א שפע פון מעשה ביכלעך; ס'איז דא שיינע מעשיות פון צדיקים, אזוי אויך איז דא שיינע מעשיות פון חכמינו זכרונם לברכה צומגענומען פון אלע מדרשים און גמרות ווי אזוי די הייליגע תנאים און אמוראים האבן געלעבט. אויך איז דא שיינע מעשה טעיפס וואו עס ווערט זייער שיין דערציילט מעשיות פון די הייליגע חכמים ווי אזוי זיי האבן זיך געפירט; ווען מען ליינט דאס און מען הערט דאס ווערט מען זייער נתעורר צו עבודת השם.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רלה): "דַּע שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִֹיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הַיְנוּ מִמַּה שֶּׁאֵרַע לָהֶם, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעַל יְדֵי זֶה נִטְהָר מַחֲשַׁבְתּוֹ", עס איז זייער א גרויסע זאך צו דערציילן מעשיות פון צדיקים, דאס ברענגט אז מען זאל האבן א ריינע מח; ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווי אזוי ער האט זיך נישט פארלוירן ווען ער איז אריבערגעגאנגען א שוועריקייט, ווערט דער מח ריין פון אלע דאגות און דמיונות וכו' וכו', מען הייבט אן טראכטן: 'עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט', מען הייבט אן זען אז אלעס אנדערש איז נאריש, דאס הייסט אז דער מח ווערט אויסגעקלארט. אבער דער רבי זאגט (שם) מען דארף וויסן ווי אזוי צו דערציילן די מעשה; דער עיקר דארף מען זען מען זאל ארויס נעמען התחזקות פון די מעשה, אז מיר זאלן אויך דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי די צדיקים האבן זיך געפירט.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", עס איז זייער א גרויסע זאך צו הערן מעשיות פון צדיקים, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד, דורכדעם וואס מען זעט צו וואס די צדיקים האבן זוכה געווען אין זייער לעבן.
מען דארף זייער אכטונג געבן וואס מען געבט פאר קינדער צו הערן; ליידער זענען דא זייער אסאך טעיפס פון ליצנות באיצטלא דרבנן. עס זעט אויס ווי א היימישע מעשה וכו' אבער עס איז אנגעפילט מיט סם המות; איין שטיק ליצנות פון יעדן מנהג און פון צדיקים.
מען זעט אז רבינו הקדוש האט אנגעזאגט זיינע קינדער (פסחים קיב:): "אַל תָּדוּרוּ בִּשְׁכֶנְצִיב", איר זאלט נישט וואוינען אין די שטאט שכנציב, ווייל זיי זענען זייער גרויסע לצים און איר וועט ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי; זעט מען פון דעם ווי הארב ליצנות איז און ווי ווייט א מענטש דארף אכטונג געבן וואו ער וואוינט, מיט וועם ער חבר'ט זיך און וואסערע מעשיות/דרשות מען הערט.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען מחנך זיין אונזערע קינדער מיט יראת שמים, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, אמן.