תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח אויף אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר מיר.
אמאל זעט מען אין די בריוו אז אויב מען האלט זיך נאנט מיט אביסל א שוואכערע חבר, זאל מען בלייבן זיין חבר, און פרובירן אים צו שטארקן; אבער צומאל זעט מען "לאז אים אפ, ער קען דיר נאך אינגאנצן אוועקנעמען דיין יראת שמים; ווי אזוי ווייס איך אויף למעשה וואס צו טון?
מיין חבר איז זויבער אין די נושא פון שלעכטע כלים, אבער אין אמונת חכמים, אמונת צדיקים, און אין אהבה צו אידישקייט, תורה און מצוות, דארף ער נאך אביסל חיזוק. ער וויל מיר אלס חבר ווייל ער דארף חברים, און געווענליך שמועסן מיר פון סתם זאכן, צומאל קומט עס אן צו רעדן פון די נושאים, אמאל הער איך זיך צו און איך שווייג, און צומאל ענטפער איך צוריק און איך ווייס אז עס פאדערט זיך פיל זהירות, צוליב זיין צעבראכנקייט.
איך וויל באמת זיין וואויל, און איך וויל אויך פאר אים זאל זיין דאס בעסטע, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר מדריך זיין אין דעם.
א גרויסן יישר כח, פיל כוחות אויף ווייטער.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ...
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ווען עס קומט צו אמונת חכמים דארף מען זיך זייער אכטונג געבן נישט צו האבן מיט חברים וואס האבן ליצנות, ווייל פון אלעם קען מען זיך היילן, אויף אלעס איז דא א רפואה, אויסער אויף מאכן ליצנות פון צדיקים.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:), דער וואס פארשעמט א צדיק איז נישטא קיין היילונג פאר אים; ווייל די היילונג ליגט ביי די צדיקים, די צדיקים שיינען אריין אין אונז א האפענונג מיר זאלן גלייבן אז מיר קענען זיך נאך צוריק קערן צום אייבערשטן, און זיי ווייזן אונז די וועג ווי אזוי צו לעבן, און ווען מען הערט ליצנות קען מען מער נישט מקבל זיין פון אים און מען קען זיך נישט היילן.
חברים לצים איז די גרעסטע צוריק האלט פון קומען צום צדיק, פון לעבן א זיסע לעבן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק סימן קלד): "הַלֵּיצָנוּת אֵינוֹ מַנִּיחַ אֶת הָאָדָם לֵילֵךְ לְצַּדִּיקִים", ליצנות האלט צוריק דעם מענטש פון גיין צום צדיק, און אז מען האט נישט דעם צדיק - קען מען נישט אויסגעהיילט ווערן, מען לעבט מיט יסורים. אזוי ווי די מעשה מיט די חכם און תם וואס דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ט'), ווי דער תם האט געלעבט א זיסע האניגדיגע לעבן, און ווי דער חכם האט געהאט נאר יסורים.
זוך חברים וואס האבן תמימות. אזוי ווי דער רבי האט געטון ווען ער האט חתונה געהאט און געזוכט א גוטער חבר, ער האט נישט געקענט קיינעם דארט אין אוסיאטין, ביז ער האט געטראפן א קינד מיטן נאמען שמעון, דער רבי האט זיך געמאכט ווי ער וויל נישט זיין גוט, דער אינגל שמעון פון אוסיאטין האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, און ווען דער רבי האט געזען ווי ער מאכט זיך נישט וויסנדיג האט אים דער רבי געפרעגט: "דו ביסט נישט קיין מענטש? דו ווילסט נישט טון וואס אלע טוען?" רופט זיך אן שמעון: "איך בין א תם, איך האב ליב תמימות", דער רבי האט אויפגעלאכטן און געזאגט: "עס זעט אויס ווי מיר וועלן זיין נאנטע חברים". דער רבי האט אים גערופן אין א זייט און אים אויסגעזאגט דעם אמת, אז ער האט אים געוואלט אויספרובירן, זען אויב ער איז ערליך, ער האט אים דערציילט אז די אנדערע קינדער זענען זייער ווייט פונעם אייבערשטן, זיי זענען פוגם און טוען עבירות רחמנא לצלן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.