לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
וואו איז דער באשעפער? חיזוק ארבעט שוין נישט פאר מיר, עס האט נאר געארבעט ביז די 28 יאר, יעצט ווען ווער איך שוין באלד 30 יאר ארבעט מער נישט קיין חיזוק.
איך מיין עס איז דערנאך, איך זוך אפשר א חלקה אין די ברסלב'ע בית החיים, די "עכטע בית החיים״, אפשר דארטן איז דא מער חיזוק פאר מיר.
איך בין אזוי אליין, איך ווייס נישט צי עס איז דא נאך איינער וואס איז אזוי אליין ווי מיר, ממש גארנישט ווייניגער ווי אין א שטרענגע פארמאכטע תפיסה. איך וויל מזכה זיין די ראש ישיבה מיט די מצוה פון פדיון שבוים, אויב עס איז בכלל שייך.
איך האב מורא אז צוליב מיין פארמאכטקייט און דאס נישט האלטן פון זיך ווייל איך האב קיינמאל געהאט נישט קיין נארמאלע טאטע און מאמע, בין איך בכלל נישט געווען גרייט חתונה צו האבן. אבער איז עס דען מיין שולד? איך האב נישט געהאט קיינמאל א בחירה בכלל צו קענען לעבן ווי א נארמאלער מענטש און אן ערליכע איד, יעצט קען איך נישט חתונה האבן איז ״למה לי חיים״, כל שכן אז מיין חיים איז נישט חיים, פארוואס דארף איך דאס?
געוויסע מקובלים זאגן מיר אז עס איז נישט מיין שולד, עס איז מיין מאמע וואס האט מיר חרוב געמאכט מיין לעבן, מיר האבן געהאט זייער אן אנגעצויגענע שטוב, זיי האבן נישט קיין עצה פאר מיר, נאר זיי זאגן דעם אמת אין פנים אריין. איך מיין נאר צו ברענגען א ראי', אויב איך בין זיך נישט גענוג מסביר, אז זיי זעען די מציאות.
איך געב אוועק מיין תפילין, איך האב שוין נישט כח צו דעם. אז דער אייבערשטער לאזט מיר נישט מקיים צו זיין די ערשטע מצוה אין די תורה, מיין איך אז ער דארף אויך נישט די מצוה פון תפילין פון מיר.
יישר כח
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ליינענדיג דיינע ווערטער דערמאן איך זיך די ווערטער וואס מוהרא"ש זאגט: "אין צער כצערו של בחור", נישטא אויף די וועלט אזא ווייטאג ווי די ווייטאג פון א בחור; קיינער אין די וועלט ווייסט נישט וואס א בחור גייט אריבער. די לעבן איז אים נישט ווערד, עס פעלט אים אלע גוטע זאכן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב:): "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָׁה", ווער עס האט נישט חתונה, ער לעבט אליינס אן א ווייב - "שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה", דער לעבט אן קיין שמחה, "בְּלֹא בְּרָכָה", דער לעבט אן קיין ברכות, "בְּלֹא טוֹבָה", דער ווייסט נישט וואס מיינט גוט, "בְּלֹא תּוֹרָה", מען האט נישט קיין תורה, "בְּלֹא חוֹמָה", מען לעבט אן קיין מויער, "בְּלֹא שָׁלוֹם", אן קיין פרידן; די אלע זאכן האט מען נישט פאר די חתונה. דער מדרש (בראשית רבה יז, ב) לייגט צו נאך זאכן וואס פעלט פאר'ן חתונה האבן: "בְּלֹא עֵזֶר", מען האט נישט קיין העלפער, "בְּלֹא כַּפָּרָה", מען האט נישט קיין פארצייער, "בְּלֹא חַיִּים", עס איז נישט קיין לעבן.
קיינער אין די וועלט פארשטייט נישט וואס א בחור גייט אריבער, ווי שווער עס איז אים; אבער דאס מיינט נישט אז מען מעג אריינפאלן אין יאוש, נישטא אזא זאך 'חיזוק העלפט שוין נישט', עס איז נישט אמת וואס דו שרייבסט: "חיזוק ארבעט שוין נישט פאר מיר"; צי דען האסטו פארגעסן וואס דער רבי האט געשריגן מיט זיין גאנצע כח (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "געוואלד זייט אייך נישט מייאש! קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען!" אז דער רבי האט געזאגט נישטא קיין יאוש - מיינט דאס אלעמען, דער רבי האט דאס דיר אויך געזאגט, דער רבי האט דיר אויך געמיינט.
רעד זיך נישט איין אז אין קבר וועט דיר זיין בעסער; די צער און ווייטאג אין קבר איז אזוי שרעקליך, ווי שווער עס איז דיר יעצט - איז דאס נאר א משל צו די צער וואס איז דא אין קבר. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן פד) אויף די משנה (אבות ד, כב): "וְאַל יַבְטִיחֲךָ יִצְרְךָ", דער יצר הרע זאל דיר נישט אפנארן, "שֶׁהַשְּׁאוֹל וְהַקֶּבֶר בֵּית מָנוֹס לְךָ", אז דער קבר איז א פלאץ וואו מען קען זיך ראטעווען; דא אויף די וועלט איז א מענטש פארנומען, עס קען זיין מען זאל כאפן א ביס פון א ווארעם אדער א פליג און מען זאל נישט שפירן דעם ביס, ווייל מען איז אזוי אריינגעטון אין אנדערע זאכן, אבער אין קבר איז נישט דא קיין שום טרדות און מחשבות וואס זאלן אוועקנעמען די קאפ פון הערן ווי די ווערים קריכן און בייסן, דארט הערט מען יעדע איינציגסטע ריר וואס די ווערים קריכן און בייסן; מען קען זיך נישט פארשטעלן די צער אין קבר ווען מען הערט יעדע ביס פון די ווערים און די צער פון הערן ווי זיי קריכן.
וואס איז יא די עצה? די עצה איז - זאלסט זוכן א ליידיגע פלאץ וואו מענטשן געפונען זיך נישט, דארט זאלסטו זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן און אים דערציילן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר - אויף דיין אייגענע שפראך וואס דו ביסט צוגעוואוינט צו רעדן; זאלסט אים בעטן ברחמים ובתחנונים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דו זאלסט טרעפן דיין שידוך, זאלסט נישט מיד ווערן; זאלסט דאס טון טאג נאך טאג מיט סבלנות, אפילו עס וועט אריבערגיין אויף דיר שווערע ביטערע נסיונות, אפילו דער יצר הרע ברענט אין דיר און דו פאלסט אראפ, זאלסטו מיט עקשנות ווייטער בעטן דעם אייבערשטן און אים אלעס דערציילן בתמימות ופשיטות. דער קבר איז נישט קיין האפענונג, דער רבי איז אן האפענונג, די עצה פון רבי'ן, פון התבודדות ותפילה - דאס איז א בית מנוס, א פלאץ וואו מען קען אנטלויפן.
על כן מיין ליבער ברודער, נעם אן מיינע ווערטער וואס איך שרייב דיר, גיי שוין יעצט אין א ליידיגע פלאץ און שמועס זיך אויס דאס הארץ. וויין צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר. קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, פון טענה'ן מיט'ן אייבערשטן. קוק ווערטער וואס דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת בלק, קצה.) ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", ווען דער מענטש קומט מיט זיינע טענות צו מיר - וויל איך נישט בית דין של מעלה זאל זיך אריינמישן, "אַנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", איך וויל זיין אליינס מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", נישטא קיין גרעסערע פארגענוגן ביים אייבערשטן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענער מענטש וואס וויינט זיך אויס פאר'ן אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס - די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן, דער אייבערשטער ענטפערט פאר א צעבראכענע הארץ שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.
דו ביסט אין כעס אויף דיינע עלטערן, דו ביסט ברוגז אויף זיי; איך ווייס נישט אויב זיין ברוגז אויף זיי וועט דיר עפעס העלפן אין לעבן. געדענקסט אוודאי די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יא), מיט'ן בן מלך וואס מען האט פארביטן און פארטריבן; איז ער געווארן זייער ברוגז, 'היתכן ער דארף אנטלויפן, ער קען נישט זיין אין שטוב', ער האט גע'טענה'ט: "ממה נפשך קומט מיר נישט אזא שווערע לעבן; בין איך דער בן מלך - קומט מיר צו זיין קעניג, בין איך א בן השפחה - קומט מיר אויך נישט צו זיין א פארטריבענער"; איז ער געגאנגען שיכור'ן און געגאנגען אין שמוץ פלעצער טון עבירות, נאכדעם האט ער תשובה געטון; ער האט געטראכט 'אויב עס איז יא אזוי, אז דער אייבערשטער קען פארבייטן א בן מלך - מעג איך זיך אזוי אויפפירן, שיכור'ן און טון עבירות?! אז דער אייבערשטער האט מיר געגעבן אזא שווערע לעבן - איז דאס נישט קיין תירוץ איך זאל טון עבירות'; ער האט תשובה געטון און ער איז צוגעקומען צו ווערן מלך. זעט מען פון דעם אז אויב מען איז מקבל אלעס באהבה, מען נעמט אן וואס דער אייבערשטער טוט; אנשטאט האבן טענות אויף די עלטערן, אנשטאט האבן טענות אויף די גאנצע וועלט, איז מען אלעס מקבל באהבה - דעמאלט איז מען זוכה צוצוקומען צו די העכסטע מדריגה.
לאז אפ די אלע וואס פאררופן זיך מקובלים; מוהרא"ש זאגט: ווער איז א בעל מקובל? ווי אזוי קען מען וויסן ווער עס איז א מקובל? ווער זאגט אז יענער איז א צדיק, אפשר איז ער א בלאפער? מוהרא"ש לייגט דאס אריין אין די ווערטער וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד:) מען האט געפרעגט רבי חנינא בן דוסא: "מִנַּיִן אַתָּה יוֹדֵעַ", פון ווי קען מען וויסן אויף איינעם אויב ער איז אן אמת'ער בעל מקובל אדער נישט? "אָמַר לָהֶם, אִם שְׁגוּרָה תְּפִלָּתִי בְּפִי", האט ער זיי געענטפערט: אויב לייגט ער אריין אין מיר תפילה, ער רעדט פון תפילה און שטארקט מיר צו מתפלל זיין, "יוֹדֵעַ אֲנִי שֶׁהוּא מְקֻבָּל", דעמאלט ווייס איך אז ער איז א מקובל, "וְאִם לָאו", אבער אויב רעדט ער נישט פון תפילה, "יוֹדֵעַ אֲנִי שֶׁהוּא מְטֹרָף", ווייס איך אז ער איז א צעדרייטער, א משוגע'נער, ער איז ווייט פון זיין א מקובל; אז מקובלים זאגן דיר: "דיין טאטע איז דיר שולדיג, דיין מאמע איז דיר שולדיג!" פאר דעם דארף מען נישט זיין א מקובל, ווארפן א שולד אויף עלטערן - דאס וועט דיר יעדע טערעפיסט זאגן מיט פארמאכטע אויגן; זיי זיכער אז דער וואס פאררופט זיך 'מקובל' האט אויך טענות אויף זיינע עלטערן. דעריבער בעט איך דיר, לאז אפ די אלע וואס גיסן אויל צו די פייער, מען העצט דיר אויף, דער איז שולדיג, יענער איז שולדיג; דאס העלפט גארנישט, עס מאכט נאר ערגער.
טו וואס דער בן מלך האט געטון, זאג די ווערטער וואס ער האט געזאגט: אויב דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די עלטערן - איז דאס נישט קיין תירוץ איך זאל זיין דערביטערט און דעפרעסט, איך וועל תשובה טון, איך וועל אנטון תפילין און טון אלע מצוות בשמחה.
ווארף נישט אוועק דיינע הייליגע תפילין; נעם די הייליגע תפילין, גיי אין שול און געב א קוש די הייליגע תפילין, בעט איבער דעם אייבערשטן פאר'ן שרייבן אזעלכע ווערטער, אפילו בדרך ליצנות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "כִּי עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בָּרוּךְ הוּא, אָסוּר לוֹמַר דִּבְרֵי הֲלָצוֹת אֲפִלּוּ בְּדֶרֶךְ שְׂחוֹק", אויפ'ן אייבערשטן טאר מען נישט זאגן קיין ווערטלעך, און אויף די הייליגע תפילין טאר מען נישט זאגן קיין ווערטלעך.
אז דו וועסט טון וואס שטייט אין דעם בריוו - וועסטו זען אז דו וועסט בקרוב שטיין אונטער די חופה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.