שאלה אין קורצן ענין
#1 - וועלכער סארט בחור זאל איך זוכן פאר מיין טאכטער?
שידוכים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אויס די שיעורים אויף די האטליין, און ס'האט זיך מיר געעפענט א נייע וועלט ב"ה!


מיין עלטסטע טאכטער איז שוין ב"ה אין שידוכים, זי איז זייער געראטן ב"ה און מ'טראגט אן זייער גוטע שידוכים. מיין ווייב וויל לכתחילה דוקא א בחור וואס וועט זיצן לכל הפחות פינף יאר אין כולל און דער מחותן זאל זיי אויסהאלטן, אזוי ווי רוב פון מיינע שוואגערס. אבער איך מיין אז איין יאר איז גענוג, איך בין אויך נישט געווען אין כולל מער פון א יאר, נאכדעם בין איך געגאנגען ארבעטן.


בכלל וויל איך וויסן ווי אזוי קען מען וויסן וועלכער בחור איז טאקע א תלמיד חכם? יעדער שדכן פרובירט צו זאגן די בעסטע.


אונז ווארטן צו הערן וואס דער ראש ישיבה וועט זאגן.


ישראל דוד

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ד' פרשת וירא, יב מר-חשון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ישראל דוד נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען הערט אויס שידוכים דארף מען וויסן אז די צייט לויפט, און מען קען פארשפילן די צייט; ווי געלונגען אייער טאכטער זאל נאר נישט זיין, און איר שפירט זיך גוט ווען שדכנים לויפן אייך נאך וכו', דארפט איר וויסן אז דאס האלט נישט אן פאר צו לאנג. מען זעט נעבעך זייער אסאך עלטערע מיידלעך וואס ווערן עלטער און עלטער, און זיי האבן נישט חתונה - נאר ווייל זיי זענען געווען זייער געלונגען און מען האט זיך געוועלט און געוועלט, און מען האט זיך נישט געקענט דערוועלן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וּנְתִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א טרעפל און האב חתונה; אויב איז מען זייער געלונגען דארף מען אראפ גיין א טרעפל, דאס הייסט מען זאל נעמען א שידוך אפילו עס איז ווייניגער חשוב וכו'. איך ווייס אז עס איז נישט געשמאק צו הערן, און יעדער טראכט: 'איך האב די געלונגעסטע', 'איך האב די בעסטע סחורה צו פארקויפן'; זייער פיין, זייער חשוב, עלטערן זענען בארעכטיגט צו האלטן פון זייערע קינדער און זיך צו גרויסן מיט זיי, אבער נישט אויף צו האלטן זייער שידוך - אפילו פאר איין טאג.


דערפאר, אז דו שרייבסט מיר אז דו האסט זייער א געראטענע טאכטער, און מען טראגט אן שידוכים, זאלסטו זיך צו יאגן און נישט זיין קלויבעריש,


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב:): "הָאוֹהֵב אֶת אִשְׁתּוֹ כְּגּוּפוֹ, וְהַמְכַבְּדָהּ יוֹתֵר מִגּוּפוֹ, וְהַמַּדְרִיך בָּנָיו וּבְנוֹתָיו בְּדֶרֶך יְשָׁרָה, "וְהֲמַשִׂיאָן סָמוּך לְפִרְקָן", עָלָיו הַכָּתוּב אוֹמֵר (איוב ה, כד): "וְיָדַעְתָּ כִּי שָׁלוֹם אָהֳלֶך"; ווער עס האט ליב זיין ווייב אזוי ווי זיך אליין, און ער איז מכבד זיין ווייב מער ווי ער איז זיך אליינס מכבד. ער איז מחנך זיינע קינדער זיי זאלן זיך אויפפירן אזוי ווי מען דארף, און ער מאכט זיי חתונה אינגערהייט, אויף אים איז געזאגט געווארן דעם פסוק (איוב ה, כד): "וְיָדַעְתָּ כִּי שָׁלוֹם אָהֳלֶך, וּפָקַדְתָּ נָוְךָ, וְלֹא תֶחֱטָא"; אזוי אויך זאגן חז"ל (סנהדרין ק:): "בַּת לְאָבִיהָ מַטְמוֹנֶת שָׁוְא, מִפַּחֲדָהּ לֹא יִשָׁן בַּלַּיְלָה, בְּקַטְנוּתָהּ שֶׁמָּא תִּתְפַּתֶּה, בְּנַעֲרוּתָהּ שֶׁמָּא תְּזַנֶה, בָּגְּרָה שֶׁמָּא לֹא תִּנָּשֵׂא"; דערפאר טאר מען נישט זיין קלויבעריש, כדי מען זאל נישט פארשפילן די צייט.


ווען מען זוכט א בחור צו נעמען פאר אן איידעם דארף מען בעיקר קוקן אויף צוויי נקודות, דאס ערשטע זאך דארף מען קוקן צי ער האט גוטע מידות - דאס קומט פאר אלעס, און דאס איז וויכטיגער פון אלעס. נאכדעם דארף מען זען צי ער האט יראת שמים; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז מען קען דערקענען א בחור צי ער האט יראת שמים, ווען מען זעט ווי אזוי דער בחור דאווענט. א בחור מיט יראת שמים דאווענט אין א סידור אויף איין פלאץ, מה שאין כן א בחור וואס האט נישט קיין יראת שמים זעט מען גלייך ווי אזוי ער דאווענט; ער דאווענט אן א סידור, דריידט זיך פון איין פלאץ צום צווייטן, לויפט אהין און צוריק וכו'. אויב דו ווילסט וויסן צו דער בחור האט יראת שמים, ווער געוואויר ווי אזוי דער בחור דאווענט, גיי אהין און באטראכט ווי אזוי ער דאווענט, וועסטו שוין אלעס זען.


וויסן זאלסטו אז דער עיקר פונעם מענטש איז די מידות; יא לערנען נישט לערנען - דאס קען מען זיך טוישן. מען זעט זייער אסאך בחורים וואס האבן פלייסיג געלערנט אלץ בחור, און נאך די חתונה האבן זיי אינגאנצן אפגעלאזט דאס לערנען, און פארקערט אויך, איך האב שוין געזען אסאך בחורים וואס האבן נישט געלערנט אזוי פלייסיג אלץ בחור, און נאך די חתונה האבן זיי אנגעהויבן צו לערנען; זיי האבן גוט חתונה געהאט, זייערע ווייבער האבן זיי מחזק געווען צו האבן א שיעור, צו האבן א רב וכו', און זיי זענען אינגאנצן נתהפך געווארן לטוב. אבער מידות - דאס איז שוין עפעס אנדערש, דאס איז זייער שווער א מענטש זאל זיך טוישן; אויב האט דער בחור נישט קיין גוטע מידות, קומט ארויס דער גאנצער אמת נאכדעם וואס די שבע ברכות ענדיגט זיך, מען טרעפט זיך מיט א חיה ארויס פון ישיבה.


דערפאר פארשטיי איך בכלל נישט די שאלה וואס דו פרעגסט מיר - איין יאר כולל, צוויי יאר כולל, פינף יאר כולל; דאס איז נישט אויף וואס מען דארף קוקן, ממה נפשך - איז ער א מתמיד, ער איז מצליח אין לערנען, פארוואס זאל ער נאר לערנען פינף יאר אין כולל, זאל ער ממשיך זיין א גאנץ לעבן צו לערנען תורה וכו', האלט ער נישט ביים לערנען - טאר ער נישט זיצן אפילו איין טאג אין כולל.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, חלק ב', סימן י): "אִישׁ בָּטֵל שֶׁאֵין עוֹסֵק בְּשׁוּם עֵסֶק, עַל יְדֵי זֶה תַּאֲוָותוֹ מְרֻבָּה וכו', וּמְדַבֵּר דִּבְרֵי טִנוּף תָּמִיד", ווער עס גייט ליידיג, ער טוט נישט גארנישט, זענען זיינע תאוות זייער גרויס וכו', און ער רעדט שטענדיג שמוציג; דאס זעט מען ליידער ביי אינגעלייט וואס האלטן נישט ביים לערנען און גייען ליידיג, זיי וואלטן גערן געגאנגען ארבעטן, נאר זיי האבן מורא וואס וועלן מענטשן זאגן וכו', ממילא זיצן זיי אין כולל און טוען גארנישט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי שִׁעֲמוּם", גיין ליידיג ברענגט אז דער מענטש זאל משוגע ווערן, "לִידֵי זִמָּה", און עס ברענגט אים צו טון עבירות; דערפאר פארשטיי איך נישט פארוואס דו קוקסט אויף איין יאר כולל, צוויי יאר כולל, דריי יאר כולל; דער עיקר דארף מען קוקן אויף גוטע מידות און יראת שמים.


פארשטייט זיך אז אן תפילה איז גארנישט דא; בעט דעם אייבערשטן זאלסט טרעפן פאר דיין טאכטער אן ערליכער בחור, א ירא שמים, א בעל מידות טובות, ווייל שידוכים האט נאר מיטן אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז נאר דער אייבערשטער געבט שידוכים.


נאר דורך תפילה וועסטו זוכה זיין צו חתונה מאכן דיינע קינדער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; זעט מען אז נאר תפילה איז די עצה צו טרעפן א גוטע שידוך - סיי פאר זיך און סיי פאר די קינדער. קריג דיך נישט מיט דיין ווייב, דו בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן אז דיינע קינדער זאלן חתונה האבן יונג און גרינג, וועסטו זען וואונדערליכע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.