שאלה אין קורצן ענין
#1 - פון ווען הויבט מען אן מחנך זיין קינדער צו מאכן ברכות?
חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון איז שוין צוויי יאר, איך מיט מיין ווייב פרובירן אריין צו לייגן אין אים אביסל מושגים פון יום טוב פסח, אויסער וואס ער לערנט אין חדר, מיר זינגען מיט אים "מה נשתנה" און אביסל וואס מיינט חמץ און מצה און דאס אז דער אייבערשטער האט באשאפען אלעס און ער האט אונז געמאכט ניסים און ארויס גענומען פון מצרים, און מ'דארף דאנקען דעם הייליגן באשעפער אויף יעדע זאך, און אזוי ווייטער. איך פרוביר צו רעדן מיט אים לויט וויפיל איך טראכט אז ער קען אויפכאפן, און האף אז ער כאפט עס טאקע אויף.


למשל האב איך אים איין טאג געזאגט ער זאל קוקן אויפ'ן הימל, וואס דארט איז דער אייבערשטער, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט "טוב להסתכל על השמים", און זייט דעמאלט ווען איך גיי מיט אים אין גאס זאגט ער מיר אויף זיין קינדערישע שפראך, "טאטי, הימל", איך פרעג אים וואו איז דער אייבערשטער? ווייזט ער אויבן, און ער זאגט הימל.


אפשר בין איך מגזים, אפשר איז ער נאך צו יונג, ווען איז די יארגאנג וואס מ'דארף אנהויבן משקיע זיין אין די קינדער?


איך פרוביר עס צו מאכן מיט א געשמאק, אבער איך וויל האבן אן הדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א אין די נושא, פון ווען דארף מען מחנך זיין אז ס'איז דא א באשעפער? מ'זאגט מיט אים מודה אני אינדערפרי און א ברכה פאר'ן עסן, אבער איך וויס נישט אויב ער כאפט באמת וואס מ'זאגט מיט אים, דארף מען טאקע שטיין שטארק אויף א ברכה פאר'ן עסן?


איך וועל זיך פרייען אויף אן ענטפער מיט א קלארע הדרכה און השקפה וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט מחנך דיינע קינדער ווען זיי זענען נאך יונג - זיי זאלן מאכן ברכות, און דו לייגסט אריין אין זיי אמונה, דו רעדסט צו זיי פונעם אייבערשטן.


עס איז נישטא קיין צייט פון ווען מען דארף אנהייבן רעדן צו די קינדער פון אמונה; עס הייבט זיך אן פון ווען זיי ווערן געבוירן. פון דעמאלט זינגט מען זיי ניגונים פון אמונה, ניגונים פון תורה, ניגונים פון זיין א איד; די אידישע מאמעס זינגען שוין מיט די קינדער פונעם געבוירן אן ניגונים פון לערנען די הייליגע תורה און פון אמונה.


אז מען איז מחנך די קינדער פון קליינערהייט צו מאכן ברכות, וועלן זיי זייער גאנץ לעבן מאכן ברכות. ווען זיי זענען גאר קליין, צוויי יאר אלט, זאגט מען די ברכה פאר זיי; אין אנהייב הערן זיי, זיי כאפן נאך נישט אויף די ברכה און נאך א שטיק צייט הייבן זיי אן אויפכאפן 'ברוך', נאך אביסל כאפן זיי אויף 'אתה', ביז זיי לערנען זיך אויס די גאנצע ברכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות מח.): אביי און רבא ווען זיי זענען נאך געווען קליינע קינדער זענען זיי אמאל געזעצן פאר רבה, האט זיי רבה געפרעגט: "לְמִי מְבָרְכִין", צו וועמען בענטשן מיר ברכת המזון? האבן זיי געענטפערט: "לְרַחֲמָנָא", צום אייבערשטן. האט רבה זיי ווייטער געפרעגט, וואס דו פרעגסט דיין קליין קינד: "וְרַחֲמָנָא הֵיכָא יָתֵיב", וואו וואוינט דער אייבערשטער? "רָבָא אַחֲוֵי לִשְׁמֵי טְלָלָא", רבא האט געוויזן אויפ'ן דאך, "אַבַּיֵי נָפַק לְבָרָא, אַחֲוֵי כְּלַפֵּי שְׁמַיָּא", און אביי איז ארויס אין גאס און געוויזן אויפ'ן הימל. האט רבה זיי געזאגט: "תַּרְוַויְיכוּ רַבָּנָן הֲוִיתוּ", ביידע פון אייך וועלן אויסוואקסן גרויסע צדיקים. דאס איז די שפריך ווארט וואס מענטשן דרוקן זיך אויס: "בּוּצִין בּוּצִין מִקִּטְפֵיהּ יְדִיעַ" - מען קען זען אויף פירות ווען זיי זענען נאך גאר קליין צי דאס גייט אויסקומען א גוטע פרוכט; אז קליינע קינדער ווייסן שוין אז מען בענטשט צום אייבערשטן וועלן זיי זיכער אויסוואקסן ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.