שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווען וועט שוין משיח צדקנו קומען?
תפילה והתבודדות, משניות, משיח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אסאך שאלות צו פרעגן, אבער מער פון אלעם האב איך איין גרויסע שאלה; ווי לאנג נאך וועלן מיר זיך מושטען אין דעם ביטערן שווערן רוחניות'דיגן גלות? ווען קומט שוין משיח און ס'וועט שוין זיין ומלאה הארץ דעה את ה'?


ס'ווערט שווערער און שווערער צו זיין אן ערליכער איד, די דורות פאלן מיט אזא שנעלע טעמפא, אידישע קינדער פאלן ווי פליגן, נישט אומזיסט האט רבי יוחנן געזאגט "ייתי ולא אחמיניה", ער האט נישט געוואלט מיטהאלטן די ביאת המשיח ווייל ער האט געוואוסט ווי שלעכט דער דור וועט דעמאלט אויסזען.


מ'רעדט אזויפיל פון אלע גוטע זאכן, פארוואס זאל מען אבער נישט איבערדרייען די וואלט אז אידן זאלן איינרייסן אז משיח זאל שוין קומען, וואס דעמאלט וועט מען שוין אויטאמאטיש געהאלפן ווערן מיט אלעס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער רעדט נישט פון ביאת משיח? אלעס וואס מיר רעדן און מיר טוען איז נאר כדאי מיר זאלן זוכה זיין ארויס צו גיין פון גלות.


אז דו ווילסט טון עפעס פאר ביאת משיח זאלסטו לערנען יעדן טאג אסאך פרקים משניות וועסטו מקרב זיין די גאולה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת", משיח וועט קומען נאר בזכות וואס מען לערנט משניות; און דער הייליגער בני יששכר זכותו יגן עלינו זאגט (חודש תמוז אב - מאמרי חדשי תמוז אב, מאמר ב): "סַךְ כָּל הַשָּׁעוֹת מִן הכ"ב יָמִים הֵם תקכ"ח", די שעות פון די דריי וואכן איז סך הכל פינף הונדערט אכט און צוואנציג, "עַל כֵּן יֶשׁ בַּמִּשְׁנָיוֹת תקכ"ח פְּרָקִים מִנְיַן מַפְתֵּ"חַ", דערפאר איז דא אין ששה סדרי משנה פינף הונדערט אכט און צוואנציג פרקים, "כְּמִנְיַן מַפְתֵּחַ הַגְּאֻלָּה", ווייל דאס איז דער שליסל מיר זאלן דורכדעם ארויס גיין פון גלות, וואס דאס איז קעגן די פינף הונדערט אכט און צוואנציג שעה פון די דריי וואכן וואס מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין הַגָּלֻיּוֹת מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת הַמִּשְׁנָיוֹת", משיח וועט קומען נאר אינעם זכות פון די וואס לערנען משניות, "וּכְשֶׁמְדַבְּרִין וְשׁוֹנִין בְּמוֹ פִינוּ הַתּוֹרָה שֶׁבְּעַל פֶּה, אֲזַי נִפְתַּח הַסָּתוּם", און ווען מען חזר'ט משניות ווערט געעפנט די פארמאכטקייט פון אונזער גלות, אזוי ווי עס שטייט (הושע ח, י): "'גַּם כִּי יִתְנוּ בַגּוֹיִם עַתָּה אֲקַבְּצֵם', לָשׁוֹן מַתְנִיתִין", 'יִתְנוּ' איז א לשון פון משניות, אז מען וועט לערנען משניות אין גלות, "עַתָּה אֲקַבְּצֵם", וועט אונז דער אייבערשטער אויסלייזן; זאלסטו זיך באפלייסן אין לימוד משניות וועסטו האבן א חלק אין ברענגען די גאולה.


אויך זאלסטו זיך יעדן טאג זיך מתבודד זיין; הייב אן שוין לעבן מיט דעם לימוד וואס משיח וועט אריין ברענגען אין די גאנצע וועלט, דעם לימוד פון התבודדות ותפילה. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן ב): "עִקַּר כְּלֵי זֵינוֹ שֶׁל מָשִׁיחַ הוּא הַתְּפִלָּה", משיח'ס געווער וועט זיין תפילה, "וְכָל מִלְחַמְתּוֹ שֶׁיַּעֲשֶׂה וְכָל הַכְּבִישׁוֹת שֶׁיִּכְבֹּשׁ – הַכֹּל מִשָּׁם", אלע מלחמות און אלעס וואס ער וועט איינעמען וועט זיין נאר דורך תפילה; משיח צדקינו וועט אריין ברענגען אזא ליכטיגקייט אין די וועלט יעדער איינער וועט שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים. מען וועט רעדן צום אייבערשטן - יעדער איינער וואס ער דארף, אזוי ווי עס שטייט (צפניה ג, ט): "כִּי אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה'"; און יעדער וועט זען דעם אייבערשטן, אזוי עס שטייט (ישעיהו נב, ח): "כִּי עַיִן בְּעַיִן יִרְאוּ בְּשׁוּב ה' צִיּוֹן".


אלע דיבורים וואס מיר רעדן איז פון די לימודים וואס משיח וועט אריין ברענגען אין די וועלט. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רסו): "צווישן מיר און משיח איז נישט דא קיין חילוק, נאר איין חילוק איז דא, ביי משיח וועט מער נישט זיין קיין בחירה און יעצט איז נאך דא די בחירה"; דאס טוט שוין דער רבי יעצט מיט אונז, ער ברענגט אריין און אונז אזא געטליכקייט און אזא ליכטיגקייט אז מיר שפירן ווי דער אייבערשטער איז מיט אונז, ביי אונז און נעבן אונז. און איינמאל א מענטש שפירט דעם אייבערשטן הייבט ער אן רעדן צום אייבערשטן.


דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה די זאך פון התבודדות; ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, ער גייט אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און הייבט אן זיך אויסגיסן דאס הארץ פאר'ן אייבערשטן, ער דערציילט אלעס פאר'ן אייבערשטן אזוי ווי ער וואלט דאס דערציילט פאר א גוטער חבר, - איז דער גליקליכסטער מענטש. ביי אים ווערט מקוים דאס וואס שטייט (ויקרא כו, יב): "וְהִתְהַלַּכְתִּי בְּתוֹכְכֶם, וְהָיִיתִי לָכֶם לֵאלֹהִים וְאַתֶּם תִּהְיוּ לִי לְעָם", זאגט אויף דעם רש"י: "אֶטַיֵיל עִמָּכֶם בְּגַן עֵדֶן כְּאַחַד מִכֶּם וְלֹא תִּהְיוּ מִזְדַּעְזְעִים מִמֶּנִּי", מען שפאצירט כביכול מיטן אייבערשטן, מען רעדט צו אים שפאצירנדיג, אה ממש גן עדן אליינס!


עס איז נישט דא קיין זיסערע זאך ווי ווען א מענטש שפירט אז דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים; ער שפירט ווי עס איז מלא כל הארץ כבודו און ער רעדט מיטן השם יתברך פנים אל פנים. וואויל איז אים אויף די וועלט און וואויל איז אים לעולם הבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.