תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א מלמד, און פאר יום טוב שבועות האב איך באשריבען אביסל פון הייליגן בעל שם טוב זי"ע אין א קונטרס וואס כ'האב אהיימגעשיקט פאר מיינע תלמידים, און איך האב דארט איבערגעטייטשט עטליכע שטיקלעך פון פעולת הצדיק, ווי עס ווערט דארט געברענגט אז די מאמע פון בעל שם טוב זי"ע איז נפטר געווארן ביי זיין געבורט.
נאך שבועות האבן מיר די זיסע קינערלעך געזאגט אז דעס איז אנדערט ווי עס שטייט אין אנדערע ספרים וועלכע באשרייבן די היסטאריע פון בעל שם טוב זי"ע אז זיין טאטע איז נפטר געווארן בעפאר זיין מאמע.
איך וואלט זייער געוואלט וויסן צי עס איז טאקע פארהאן חילוקי דיעות אין דעם, און אזוי אויך לתועלת פון די קונטרס וואס איך האב פארטיילט פאר זיי.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת קרח, כ"ט סיון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר אז דו לייגסט אריין אין קינדער יראת שמים, דו דערציילסט זיי מעשיות פון צדיקים. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן און מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד ווען מען זעט צו וואס דער צדיק האט זוכה געווען דורך דעם וואס ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות, און מען וויל אויך ווערן א צדיק.
מוהרא"ש דערציילט (ספר פעולת הצדיק, אות כו) אז דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געבוירן געווארן צו אלטע עלטערן, זיין פאטער רבי אליעזר איז אלט געווען הונדערט יאר און זיין מאמע שרה איז שוין אויך געווען זייער אלט; זיין מאמע איז נפטר געווארן גלייך ווען זי האט געבוירן דעם הייליג קינד ישראליק, שפעטער ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר האט אים זיין טאטע גערופן צו זיך און אים געזאגט בזה הלשון: "ישראליק! איך גיי יעצט אוועק פון די וועלט - כדרך כל הארץ, געדענק אבער אז דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר - זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם", און מיט די ווערטער איז ער נפטר געווארן.
דער בעל שם טוב איז אויסגעוואקסן איינער אליין אין א גרויסע וועלט, אבער ער האט שטענדיג געדענקט זיין טאטע'ס לעצטע ווערטער: "געדענק דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר - זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם"; מיט די ווערטער האט ער געלעבט און האט דאס אויסגעפירט למעשה, וואס ער האט נאר געדארפט האט ער געבעטן דעם אייבערשטן. ביז איינמאל האט ער שפאצירט אין וואלד בשעת ער האט געזינגען צום אייבערשטן, אינמיטן זעט ער ווי עס קומט צו גיין א מענטש און פרעגט אים: "וואס טוסטו דא אליין אין וואלד?" רופט ער זיך אן צו אים: "איך בין נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא מיט מיר", רופט זיך אן דער מענטש: "דער אייבערשטער איז מיט דיר? דער אייבערשטער איז דאך אויבן אין הימל, ער איז זייער הויך, ער האט איבער געלאזט די וועלט", און ער לייגט צו אז עס איז א בפירוש'ע פסוק (יחזקאל ח, יב): "עָזַב ה' אֶת הָאָרֶץ". (וואס באמת שטייט דארט אז מען זאל נישט זאגן אזוי ווי די וואס זאגן אז דער אייבערשטער זעט נישט וואס מען טוט אין די פינסטערניש, דער אייבערשטער האט אונז פארלאזט).
דער מענטש האט ווייטער ממשיך געווען צו רעדן צום בעל שם טוב קעגן די אמונה, האט דער בעל שם טוב געכאפט א צווייג פון דער ערד און אים אנגעפאנגען צו שלאגן, און בשעת ער האט געשלאגן דעם אלטן נַאר האט ער געשריגן דעם פסוק (תהלים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", פלוצלינג זעט דער בעל שם טוב ווי ער איז נישט דא, דער מענטש איז פשוט געווען אן אויג פארבלענדעניש פונעם סמ"ך מ"ם; פון דעמאלט איז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געווארן נאך שטערקער אין די אמונה, ער האט געזען ווי דער סמ"ך מ"ם וויל אים איינרעדן צו טראכטן קעגן די אמונה האט ער זיך נאך אסאך מער געשטארקט.
די מעשה האט דער הייליגער רבי געהערט ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד. ווען דער רבי האט געהערט די מעשה איז אריין אין אים א מורא'דיגע חשק צו ווערן א צדיק, ער האט אנגעפאנגען צו טראכטן: 'געוואלד! איך וויל אויך זיין א צדיק! אפשר אז איך וועל דאס נאכטון, איך וועל אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, וועל איך אויך ווערן א צדיק?' דער רבי איז גלייך ארויס פון שטוב און געגאנגען צום ציון פון בעל שם טוב און געוויינט צום אייבערשטער: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד וכו' וכו'". ביז דער רבי האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.
עס איז דא נאך נוסחאות אין די מעשה; עס איז דא וואס זאגן אז קודם איז זיין טאטע רבי אליעזר אוועק פון די וועלט און נאכדעם זיין מאמע, אבער ביי אנשי שלומינו איז מקובל די מעשה אזוי ווי מוהרא"ש פארציילט דאס.
דער עיקר זאלסטו אויסלערנען די קינדער וואס מען זאל ארויסנעמען פון די מעשה; איינס, מען זאל שטענדיג געדענקען און וויסן אז מען איז קיינמאל נישט אליין, נאר מען איז אלץ ארום גענומען מיט'ן אייבערשטן און וואס מען וויל זאל מען נאר בעטן פונעם אייבערשטן. צווייטנס, זאלסט אריין לייגן אין די קינדער אז זיי זאלן נישט מורא האבן ווען מען הערט רעדן קעגן די אמונה, מען זאל שרייען דעם פסוק (תהלים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", ביז מען ווערט פטור פון אלעם שלעכטס.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.