שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך ווער אנגעצויגן ווען עס קומט די ימים טובים
מועדים וזמנים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל האב איך געוואלט זאגן א גרויסן יישר כח פאר'ן ראש ישיבה פאר די געוואלדיגע טעגליכע חיזוק און די ניגונים וואס ברענגען א בענקשאפט צו השי"ת, עס איז באמת א חסד השם אז מיר האבן דעם ראש ישיבה.


איך האב געוואלט וויסן וואס איך קען טון אז יעדע יאר פאר די ימים נוראים באקום איך א נערוועזקייט און א דערשראקנקייט וואס ליגט נאך איינגעבאקן אין מיר פון אלס קינד ווען מיינע רבי'ס פלעגן זאגן ווי שרעקעדיג די טעג זענען. איך גלייב אז נישט דאס איז די רצון השם, אבער מיט דעם אלעם בין איך געבליבן מיט די אנגעצויגנקייט און עס שטערט מיר זייער שטארק.


משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום א' פרשת וזאת הברכה-ב, י"א תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קלה): "כִּי עִקַּר קְדֻשַּׁת הַיּוֹם טוֹב תָּלוּי בַּצַּדִּיקִים", און ר' נתן שרייבט דארט: "עוֹד שָׁמַעְנוּ בְּעִנְיָן זֶה, אִם הוּא מְקֻשָּׁר לְהַצַּדִּיק יוּכַל לְהַרְגִּישׁ קְדֻשַּׁת יוֹם טוֹב", אז מען שפירט א הייליגקייט אין יום טוב איז א סימן אז מען איז מקורב צום אמת'ן צדיק. און דאס זעט מען ממש ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן, אז מען הייבט אן ליב צו האבן יום טוב, וואס בעפאר דעם איז עס געווען אן אפקומעניש און מען פלעגט ווערן מרה שחורה וכו' אזוי ווי דו שרייבסט.


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז יום כיפור איז א שרעקעדיגע טאג, א טאג וואס מען דארף זיין צעבראכן, א טאג וואס מען איז נערוועז. אבער באמת איז יום כיפור די פרייליכסטער טאג פונעם יאר, אין דעם טאג איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות און מיר ווערן אינגאנצן אויסגערייניגט, די זעלבע זיך איז געזאגט געווארן אויף אלע טעג פון ראש השנה ביז יום הקדוש, דאס זענען נישט שרעקעדיגע טעג, דאס זענען טעג פון רחמנות וואס דער אייבערשטער האט רחמנות אויף אונז, און ער איז אונז מוחל אלע אונזערע עבירות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות מט:) אויפן פסוק (ישעיה נה, ו): "דִּרְשׁוּ ה' בְּהִמָּצְאוֹ, קְרָאֻהוּ בִּהְיוֹתוֹ קָרוֹב", אָמַר רַב נַחְמָן אָמַר רַבָּה בַּר אֲבוּהָ אֵלּוּ עֲשָׂרָה יָמִים שֶׁבֵּין רֹאשׁ הַשָׁנָה לְיוֹם הַכִּפּוּרִים; ראש השנה דעמאלט שרייבט מען אפ אלעס וואס וועט פאסירן מיטן מענטש, און יום כיפורים פארזיגלט מען דעם פסק. דער אייבערשטער האט אונז געגעבן די עשרת ימי תשובה מיר זאלן קענען תשובה טון און אויסבעטן א גוט געבענטש יאר; מען דארף אבער געדענקען אז אויף אלעס העלפט תשובה, חוץ אז מען טשעפעט א צווייטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פה:): "עֲבֵירוֹת שֶׁבֵּין אָדָם לְמָקוֹם יוֹם הַכִּפּוּרִים מְכַפֵּר, עֲבֵירוֹת שֶׁבֵּין אָדָם לַחֲבֵירוֹ אֵין יוֹם הַכִּפּוּרִים מְכַפֵּר עַד שֶׁיְרַצֶה אֶת חֲבֵירוֹ"; אויב א מענטש טוט וויי א צווייטן דארף ער יענעם איבער בעטן, ווער רעדט נאך אז מען איז שולדיג געלט פאר א צווייטן, דארף מען יענעם באצאלן, אדער זיך דורך קומען מיט יענעם, אים בעטן ער זאל ווארטן נאך אביסל ביז ער וועט אים קענען באצאלן.


בכלל איז א טעות וואס מענטשן מיינען אז ווי מער צעבראכן און אנגעזעצט מען איז, איז מען א גרעסערער צדיק; ר' נחמן טולטשינער פלעגט זאגן: "מענטשן מיינען אז צו זיין א צדיק מוז מען האבן 'עשרה קבין מרה שחורה' און צו זיין פון די ל"ו צדיקים מוז מען זיין א וואסער שעפער וכו', אבער עס איז נישט אזוי - האט ער אויסגעפירט - נאר מען קען זיין א פרייליכער איד און א לוסטיגער איד, און נאכאלץ זיין א גרויסער צדיק און דבוק אינעם אייבערשטן, מען קען זיין א גרויסער עשיר און א בעל הבית אזוי ווי ר' אברהם בערניו (אן אייניקל פון רבי'ן) און זיין איינער פון די ל"ו צדיקים".


איך געדענק ווען איך בין געקומען דאס ערשטע מאל אין 'היכל הקודש' יום כיפור, האב איך געזען נאך שחרית ווי אלע בחורים זעצן זיך אראפ, און זייער מגיד שיעור ר' אליעזר איידלשטיין נרו יאיר לערנט זיי פאר א 'דף גמרא', אזוי ווי א געהעריגע טאג, און אלע אינגעלייט לערנען זייערע שיעורים כסדרן; איך בין געבליבן ערשטוינט און פארגאפט פון וואס איך האב געזען. הכלל, וואס איז דער סימן אז מען ווערט מקורב צום אמת'ן צדיק? אז מען הייבט אן ליב צו האבן יום טוב, וואס באמת אלע ימים טובים פרייליכע טעג, און נישט קיין אנגעצויגענע טעג.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.