תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
אלס בחור פלעג איך אלץ זען ווי מיין עלטערער ברודער וואס האט שוין חתונה געהאט, זיצט ביים שבת טיש ביי מיין טאטע, און ווען מיין טאטע רעדט צו אים אדער ער זאגט תורה, נעמט ער זיך שמועסן מיט זיין ווייב. ס'פלעגט מיר זייער שטערן די חוצפה, און איך האב באשלאסן אז ווען איך וועל חתונה האבן וועל איך דאס קיינמאל נישט טון, און אזוי טו איך טאקע יעצט נאך די חתונה.
לעצטנס האב איך אנגעהויבן הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך האב געהערט איבער די וויכטיגקייט פון מכבד זיין די ווייב, און איך פרוביר דאס טאקע צו טון, אבער איך ווייס שוין נישט וואס צו טון ווען איך זיץ ביים שבת טיש ביי מיין טאטע, און נאכדערצו ווען ס'קומט יעצט דער סדר פסח ביינאכט; מיין טאטע זאגט אסאך תורה, זאל איך אים ענדערש אויסהערן אלס כיבוד אב און זאגן פאר מיין ווייב נישט צו רעדן דעמאלט, אדער זאל איך אפלאזן מיין טאטע און ענדערש איר מכבד זיין און שמועסן מיט איר?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת תזריע, כ"ז אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס איז א מורא'דיגע חוצפה צו רעדן בשעת א טאטע רעדט; ליידער זענען זייער אסאך מזלזל אין דעם און ווען דער טאטע זאגט תורה ביים סעודת שבת רעדט מען און מען שמועסט, אזוי אויך בשעת א שמחה ווען דער טאטע שטעלט זיך אויף רעדן זיצן די קינדער און שמועסן. זאלסטו ווייטער מקפיד זיין ווען דו גייסט צו דיין טאטע אדער שווער פאר א סעודה נישט צו רעדן בשעת זיי רעדן און זאגן תורה וכדומה, נאר אויסהערן מיט דרך ארץ.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, סימן כו): "כָּל הָעוֹלָם כּוּלוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאֵין הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן, איך בעט פון ענק נאר איין זאך, איר זאלט מכבד זיין טאטע מאמע.
דאס איז די בעסטע חינוך וואס דו קענסט געבן פאר דיינע קינדער, ווען זיי זעען ווי דו פירסט זיך מיט דרך ארץ צו דיינע עלטערן וועלן זיי זיך אויך פירן מיט דרך ארץ צו דיר.
דאס איז בכלל נישט קיין סתירה מיט מכבד זיין די ווייב; דיין ווייב ווייסט אויך אז בשעת א טאטע רעדט טאר מען נישט רעדן און נישט איבערהאקן, נאר אויסהערן מיט יראה; זי וויל אויך אז דו זאלסט מכבד זיין אירע עלטערן ווען דו גייסט צו דיין שווער נישט צו רעדן בשעת ער רעדט, פארקערט אז דו וועסט מכבד זיין דיינע עלטערן וועט דיין ווייב דיר מער ארויפקוקן, ווייל ווען א מענטש פירט זיך מיט די תורה, ער פירט זיך מיט דרך ארץ, זאגן אלע אויף אים: "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה (יומא פו.).
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.