תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
שוין עטליכע יאר וואס איך לערן ביי א חשוב'ע פרוי שיעורים וועגן חינוך ילדים, שלום בית, און נאך כל מיני זאכן וועלכע קענען ארויס העלפן צום לעבן און האבן מיר זייער אסאך צוגעגעבן. אלעס לויט די תורה, אן קיין שום מקורות פון פרייע/גויים וכו'.
פון ווען איך האב אנגעהויבן צו הערן אייערע שיעורים בין איך געגאנגען ווייניגער, ביז איך האב אינגאנצן אויפגעהערט צו גיין.
יעצט נאך סוכות האט זי אנגעהויבן א קורס פאר אזעלכע וואס ווילן אליין איבערגעבן שיעורים, זיי אויסלערנען מקורות און נאך זאכן ווי אזוי צו איבערגעבן אויפ'ן בעסטן אופן.
מיט די צייט וואס מער איך הער אייערע שיעורים, האב איך ביי מיר געטראכט אז איך גיי נישט, איך האב זייער אנגענומען פון אייך אז מיט תפילה, אמונה, און תמימות ופשיטות קען מען צו אלעס צוקומען, מען דארף נישט גיין לערנען און אויסגעבן אזויפיל געלט אויף דעם.
איך בין אבער נישט זיכער אז איך בין גערעכט, אפשר דארף איך יא גיין לערנען? אפשר וועט עס מיר יא צוגעבן צו מיין לעבן? ווי אויך צו העלפן אנדערע?
אזוי ווי די גאנצע שינוי אין מיין מחשבה איז געווארן אין זכות אייערע שיעורים, בעט איך אייך, אפשר וועט איר קענען מיר ארויסהעלפן מיט א ריכטיגע עצה/וועג אין דעם ענין.
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
ווען א מענטש וויל גיין לערנען ביי איינעם תורה אדער הדרכה אין לעבן וכו', דארף ער קוקן צו דער רבי/מלמד איז אן ערליכער איד, צי ער גייט מיטן שלחן ערוך; ווי נאר איינער טרעט אפ פונעם שלחן ערוך דארף מען גלייך אנטלויפן פון דארט, בפרט ווען איינער קומט נאך מיט קבלה פשעטלעך וואס מיט דעם קען מען זייער גרינג פארנארן מענטשן וכו'.
עס איז באוואוסט דעם סיפור אז א איד איז געקומען צום הייליגן רבי'ן מיט זיינע חידושים וואס ער האט מחדש געווען אויף א תורה פון רבי'ן אין ליקוטי מוהר"ן, האט דער רבי געזאגט: "איר קענט קנייטשן מיין ספר ווי אזוי איר ווילט (דאס מיינט איר קענט זאגן אלע פשטים אויף מיינע תורות) בתנאי אז איר זאלט נישט אפטרעטן פון שלחן ערוך"; ווען א מענטש איז מחדש חידושים בתורה אדער ער לערנט פאר הדרכות פאר אינגעלייט אין שלום בית אדער אין חינוך, דארף מען אכטונג געבן אז מען זאל נישט ווערן פארפירט און אוועק גיין פונעם דרך התורה - פון די ווערטער וואס די הייליגע חכמים האבן אונז געלערנט.
דערפאר, אז עס ציט אייך צו הערן שיעורים, און איר שרייבט מיר אז זי איז אן ערליכע פרוי, דארפט איר זיך נישט צוריק האלטן פון גיין הערן אירע שיעורים; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, א): "אֵיזֶהוּ חָכָם הַלּוֹמֵד מִכָּל אָדָם", ווער איז א חכם? דער וואס לערנט פון יעדן איינעם גוטע זאכן. אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהילים קיט, צט): "מִכָּל מְלַמְּדֵי הִשְֹכַּלְתִּי".
וויסן זאלט איר, ווען דער יצר הרע זעט אן ערליכער איד אדער אן ערליכע אידענע, וואס ער איז נישט מצליח זיי אראפ צו ווארפן אין עבירות רחמנא לצלן, קומט ער צום ערליכן איד מיט א צווייטע וועג - ער ברענגט אריין אין אים כל מיני בלבולים און ספיקות וכו', אזוי צעמישט ער אים אינגאנצן. 'עמלק' באטרעפט פונקט ווי 'ספק'. דאס איז זיין גאנצע קונץ, צו נעמען א מענטש וואס פירט זיך אויף ערליך און וואויל, אים צו צעמישן, ער זאל זיך אויפעסן דאס געזונט און טראכטן א גאנצן טאג: "טו איך גוט?" "טו איך ריכטיג?"
דערפאר דארף א מענטש אסאך בעטן דעם אייבערשטן ער זאל האבן א שטארקע אמונה און נישט לעבן מיט ספיקות ובלבולים; דער הייליגער אריז"ל זאגט אז די ראשי תיבות פון (דברי הימים-א כט, י): "וַ'יְבָרֶך דָ'וִד אֶ'ת י'" איז "ודאי"; ווען א מענטש איז ביי זיך זיכער אז דער אייבערשטער איז מיט אים, ער איז זיכער אז דער אייבערשטער הערט אים אויס, דעמאלט איז ער זוכה צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, אזוי אויך פארקערט, ווען א מענטש דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, איז ער זוכה איז ער ווערט זיכער ביי זיך אז ער טוט גוט און אז ער קען אלעס פאררעכטן.
ווען דער רבי האט מגלה געווען דעם "תיקון הכללי", האט דער רבי געזאגט: "דער ערשטער תיקון איז - נישט איבערטראכטן", ווייל דאס איבערטראכטן און זיך אויפעסן צי מען האט גוט געטון צי נישט, דאס צעקלאפט דעם מענטש זייער שטארק.
דארפאר אז איר שרייבט מיר אז עס וועט אייך צו געבן אין לעבן אסאך חיזוק, און ווייזן א וועג ווי אזוי זיך צו דערהאלטן, דארפט איר זיך נישט מבלבל זיין וכו'; אויב איר שפירט אז איר וועט קונה זיין פון די שיעורים וואס די פרוי לערנט וכו', זאלט איר גיין און הנאה האבן.
דער אייבערשטער זאל ענק בענטשן מיט נחת פון אייערע קינדער, ויהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם.