תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך פרוביר צו גיין הפצה, בעיקר מיט די חיזוק יומי קארטלעך. איך האב געהערט ביי א שיעור אז מ'זאל נישט אראפלייגן סתם אזוי קונטרסים, דאס ברענגט א זלזול דערצו, נאר געבן אויב מ'געבט צדקה.
וויל איך וויסן אויב ביי די קארטלעך איז אויך אזוי, אדער דאס קען מען יא געבן אומזיסט אדער סתם אזוי אראפלייגן.
איך פערזענליך בין געוואויר געווארן פון די הייליגע האטליין דורך א קארטל וואס איך האב געטראפן אין א פיצא סטאר, און דאס האט מיר ממש געטוישט דאס לעבן צום גוטן.
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון 'הפצה', פון פארשפרייטן די עצות און חיזוק פון רבי'ן פאר אידישע קינדער זיי זאלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.
דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא. וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.
דאס וואס מען געבט נישט קיין ספרים און קונטרסים בחינם איז ווייל אז מען געבט דאס בחינם איז דאס זייער ביליג און עס האט נישט קיין ווערד ביים מענטש, אבער אז דער מענטש צאלט פאר'ן ספר האט דאס ביי אים א ווערד; דערפאר איז נישט כדאי צו געבן די ספרים אומזיסט נאר מען מוז באצאלן פאר די ספרים. קארטלעך קען מען געבן און אראפלייגן אומזיסט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.