תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב חתונה געהאט נישט לאנג צוריק, און איך האב נישט געהאט קיין פרנסה, האב איך פרובירט צו זיין א שדכן. איך האב אנגעטראגן צוויי שידוכים וואס ביידע זענען ב"ה געווארן, אבער ביי איין שידוך האבן ביידע צדדים בכלל נישט באצאלט, און ביים צווייטן שידוך האט נאר איין זייט געצאלט פינף הונדערט דאלער, און געזאגט אז ווען ער וועט האבן וועט ער געבן מער.
איך האב זייער שטארקע עגמת נפש דערפון ווייל איך האב זייער שווער געארבעט פאר ביידע שידוכים און איך ווייס נישט צי איך זאל ווייטער ממשיך זיין אזוי?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר אז דו ביסט עוסק אין אזא הייליגע ארבעט, צו זיין א שדכן; דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן פד) אז ער האט געפרעגט אין הימל וואס וועט זיין זיין פרנסה? האט מען אים געענטפערט: "דו וועסט זיין א שדכן"; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט: "פארוואס האט דאס דער רבי אונז דערציילט? ווייל דער רבי וויל אז מיר זאלן אים נאכמאכן מיט אלע זיינע זאכן; מיר זאלן נאר עוסק זיין אין אויפשטעלן אידישע שטובער פאר'ן אייבערשטן".
מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין מאכן שידוכים; מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה (אות יז): "בָּרוּךְ ה' אִיךְ הָאבּ אַ חֵלֶק אִין אִיבֶּער צְוֵויי טוֹיזְנְט קָאפְּלְס וָואס אִיךְ הָאבּ זוֹכֶה גֶעוֶוען צוּ זַיין דֶער גוּטֶער שָׁלִיחַ אוּן זֵיי חֲתוּנָה מַאכְן, אוּן וִוי לַאנְג אִיךְ לֶעבּ בֶּעט אִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַז אִיךְ זָאל קֶענֶען זַיין דֶער גוּטֶער שָׁלִיחַ אוּן מַאכְן נָאךְ שִׁידוּכִים פַאר בָּחוּרִים אוּן מֵיידְלֶעךְ אוּן מִיט דֶעם זֵיי רַאטֶעוֶוען פוּן עֲבֵירוֹת"; מיר דארפן נאכגיין די וועגן פון מוהרא"ש צו טון פאר בחורים און מיידלעך, מאכן שידוכים.
אז דו וועסט מאכן שידוכים פאר'ן אייבערשטנס וועגן, דו וועסט נישט אינזין האבן געלט - וועסטו מצליח זיין, אבער אז דו וועסט אינזין האבן געלט וכו' וועסטו האבן חלישות הדעת ביז דו וועסט דאס אפלאזן. מוהרא"ש שרייבט מיר אין א בריוו ביים עפענען די מיידל סקול "בית פיגא", אז עס איז מקובל פון צדיקים, ווען מען טוט א זאך מיט'ן כוונה פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן, דעמאלט איז מען מצליח, אבער אויב מען האט אינזין כבוד אדער געלט האט דאס נישט קיין קיום, דא האסטו דעם לשון פונעם בריוו (אשר בנחל באידיש, מכתב שסח):
"עֶס אִיז בַּאוואוּסְט אַז דֶער הֵיילִיגֶער סַאטְמַאר רָב זי"ע, בַּעַל "דִבְרֵי יוֹאֵל", הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן זַיין מֵיידְל שׁוּלֶע "בֵּית רָחֵל" מִיט צְוֵויי תַּלְמִידוֹת, אוּן עֶס אִיז צוּאוַואקְסְן גֶעוָוארְן אַ גַאנְצֶע אִימְפֶּערִיֶע, קָרוֹב צוּ צֶען טוֹיזְנְט מֵיידְלֶעךְ כֵּן יִרְבּוּ, דָאס אִיז מְקוּבָּל פוּן צַדִיקִים אַז יֶעדֶע זַאךְ וָואס מֶען טוּט מִיט מְסִירוּת נֶפֶשׁ אוּן מִיט אֱמֶת, הָאט הַצְלָחָה, אָבֶּער אוֹיבּ אֵיינֶער הָאט אִינְזִינֶען זִיךְ וְכוּ', יֵשׁוּת וְכוּ', פִּרְסוּם וְכוּ', אִיז צוּם סוֹף פַאלְט דָאס אַוֶועק אוּן סְ'וֶוערְט בָּטוּל וּמְבוּטָל כְּעַפְרָא דְאַרְעָא, אִיבֶּערְדֶעם וַוייל קַיין שׁוּם מוֹסָד וִויל נִישְׁט אַרַיינְנֶעמֶען אוּנְזֶערֶע טֶעכְטֶער, וַוייל זֵייעֶרֶע זִין לֶערְנֶען אִין אוּנְזֶער תַּלְמוּד תּוֹרָה, זֶע אִיךְ נִישְׁט קַיין אַנְדֶערֶע עֵצָה, נָאר אוֹיפְמַאכְן אַ מֵיידְל שׁוּלֶע, מֶען דַארְף אָנְהֵייבְּן מִיט קְלֵיינֶעם, נִישְׁט מִיט קַיין גְרוֹיסְן סְטֶעף, וֶועט מֶען הָאבְּן גְרוֹיס הַצְלָחָה.
אִיךְ בֶּעט דִיךְ זֵייעֶר דוּ זָאלְסְט זִיךְ זֶען מְבַטֵל זַיין אִינְגַאנְצְן צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן זָאלְסְט גוּט גֶעדֶענְקֶען, כָּל זְמַן מֶען הָאט זִיךְ אִינְזִינֶען וְכוּ' וֶוערְט לֶעכֶער פוּן אַלֶע זַייטְן וְכוּ', אוּן עֶס רִינֶען אַרוֹיס דִי הַשְׁפָּעוֹת וְכוּ', אוּן מֶען וֶוערְט פַארְפְּלָאנְטֶערְט אִין אַלֶע עֶרְלֵיי פַארְפְּלָאנְטֶערְנִישְׁן, אָבֶּער וֶוען אַ אִיד אִיז זוֹכֶה אוּן עֶר אִיז זִיךְ אִינְגַאנְצְן מְבַטֵל צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן עֶר וִויל גָארְנִישְׁט נָאר טוּן דֶעם רָצוֹן פוּן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, דֶער הָאט נִישְׁט קַיין מוֹרָא פוּן קַיין מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶער וֶועלְט, אוּן דָאס קֶען זַיין דִי כַּוָנָה וָואס עֶס שְׁטֵייט אִין דִי וָואכֶעדִיגֶע סֶדְרָה (בְּרֵאשִׁית ו', ט') "אֶת הָאֶלֹקִים הִתְהַלֶךְ נֹחַ" נֹחַ אִיז גֶעגַאנְגֶען נָאר מִיטְ'ן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אִיבֶּערְדֶעם הָאט עֶר נִישְׁט מוֹרָא גֶעהַאט פוּן קֵיינֶעם נִישְׁט".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.