תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב זיך געוואלט דורכרעדן מיט'ן ראש ישיבה איבער א וויכטיגע נושא. איך האב ברוך ה' חתונה געהאט מיט מיין טייערע ווייב, און מיר האבן ברוך ה' איין קינד פון 6 יאר אלט, אבער מיין ווייב וויל בשום אופן נישט האבן נאך קינדער.
נאכדעם וואס דאס קינד איז געבוירן געווארן, איז מיין ווייב אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע, א זאך וואס קען זיך מאכן אפט, אבער איך האב נישט געוואוסט פון דעם, און איך האב נישט געוואוסט ווי אזוי עס צו באהאנדלען, און דאס האט אונז געמאכט אסאך שלום בית פראבלעמען.
ברוך ה' אז זי איז ארויסגעקראכן פון די עצבות און דעפרעסיע, מיר האבן זיך מסדר געווען, אבער זי האט נאך אלץ שטארקע פחדים פון האבן נאך קינדער, ווייל זי האט מורא אז עס וועט זיך איבערשפילן די זעלבע זאך נאכאמאל, און איך וועל ווידער נישט זיין דא פאר איר.
איך וויל זייער שטארק ברענגען נאך קינדער אויף דער וועלט, און דאס האט מיר געמאכט טראכטן פון זיך גט'ן און זוכן אן אנדערע שידוך. איך בין אבער זייער מסופק אויב דאס איז די ריכטיגע זאך צו טון, אז דער אייבערשטער האט מיר שוין געשאנקען איין קינד, אפשר זאל איך בלייבן מיט איר און בעטן אסאך דעם אייבערשטן אז זי זאל זיך טוישן און יא וועלן האבן נאך קינדער.
איך וויל באטאנען אז איך האב שוין פרובירט פאר כמעט די גאנצע זעקס יאר איר איבערצורעדן, אבער אן קיין ערפאלג. איך האב שוין געעפנט א תיק (קעיס) ביי א רבני'שע קערפערשאפט אנצוהויבן די פראצעדור פון א גט, מיר דארפן אראפגיין צו זיי קומענדיגע וואך זיך דורכשמועסן, אבער איך בין זייער מסופק אויב איך זאל טאקע ווייטער גיין אויף דעם וועג, אדער זאל איך פארמאכן דעם תיק.
איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ווייזן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי זיך צו פירן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
גט זיך נישט, קלאפ ארויס פון דיין קאפ דאס ווארט "גט"; דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן האסט חתונה געהאט און דו האסט א קינד - איז נישטא מער די ווארט "גט".
דו אליינס שרייבסט אז דיין ווייב זאגט אויף דיר אז דו העלפסט איר נישט, זי האט מורא פון קינדער וכו', אז זי וועט אריינפאלן אין א דעפרעשן, זי וועט זיך אליינס דארפן מוטשען; אנשטאט רעדן פון זיך גט'ן - רעד מיט איר שיינע ווערטער, בארואיג איר, הער איר אויס, הער אויס איר ווייטאג. על פי רוב דארף מען אפילו נישט קיין ענטפער אויף א פראבלעם, מען דארף נאר האבן איינער זאל אויסהערן די פראבלעם; ווען די פרוי האט א מאן וואס הערט איר אויס און געבט איר די געפיל אז ער פארשטייט איר - דאס אליינס איז די ישועה פאר איר.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות קיח:) פרויען זאגן: "טב למיתב", עס איז זיי בעסער, "טן דו", צו זיין מיט א מאן, נישט קיין חילוק וואס פאר א מאן, אפילו א מאן - "דשומשמנא גברא" א פאני מענטש וואס איז א ווארעם, און אפילו א מאן - "דנפצא גברא", וואס זיין פרנסה איז גאר א שוואכע, און אפילו א מאן - "דקולסא גברא", וואס קומט פון א שוואכע משפחה; איז זיי בעסער צו זיין חתונה געהאט - "מלמיתב ארמלו", ווי צו זיין איינער אליינס; ווייל אז מען האט איינער וואס הערט אויס, אפילו ער האט נישט וואס צו ענטפערן, ער איז א קליינער ווארעם, און אפילו ער האט נישט וואס צו העלפן מיט געלט, ער האט קוים פרנסה, און אפילו ער קומט פון א שלעכטע משפחה וואס איז איין שטיק פראבלעם - דאך איז דאס זייער וויכטיג פאר א פרוי, צו האבן איינער זאל איר אויסהערן.
מאך זיך נישט נאריש, פארמאך דעם תיק, גיי אהיים בעט זיך איבער, מאך איר פרייליך, בוי איר אויף, הויב איר אויף מיט גוטע ווערטער, און דער אייבערשטער וועט דיר העלפן דו וועסט זען שיינע ליכטיגע דורות.