תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך וויל וויסן וואס צו טון וועגן לערנען מיט מיינע בחורים. איך געדענק ווען איך בין געווען א בחור האב איך זייער נישט ליב געהאט ווען מיין טאטע האט געלערנט מיט מיר, אפילו ער איז אן עכטער נארמאלער מענטש וואס וויל באמת נאר די טובה פון די קינדער, אבער איך האב פשוט נישט הנאה געהאט צו לערנען מיט אים, דעריבער וויל איך וויסן אויב איך מוז טאקע לערנען מיט מיינע בחורים, אדער זאל איך זיי לאזן אליין אויפוואקסן.
איך רעד דוקא פון בחורים, ווייל איך פארשטיי אז מיר קינדער פעלט יא אויס צו לערנען.
יישר כח פאר אלעס, ובפרט פאר די הערליכע בריוו.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וויסן זאלסטו אז חינוך איז זייער א שווערע עבודה, בפרט אין אונזער דור ווען די וועלט איז ברייט אפן וכו'.
אויב דו ווילסט געבן א גוטע חינוך פאר דיינע קינדער זאלסטו נעמען דעם כלל: "מען דארף קודם זיך אליינס מחנך זיין"; ווייז פאר דיינע קינדער א לעבעדיגע ביישפיל אינעם טאג טעגליכן לעבן. צום ביישפיל, זאלסט קיינמאל נישט שרייען אין שטוב וכו' און זיכער נישט שרייען קיין ניבול פה - נישט דו אויף דיין ווייב און נישט דיין ווייב אויף דיר, כדי דיינע קינדער זאלן זען ווי דו פירסט זיך מיט דיין ווייב מיט דרך ארץ. זע אז עס זאל זיין שטענדיג פרייליך און שטוב; עס זאל נישט זיין קיין שום עצבות און כעס אין שטוב וכו' - דאס איז די בעסטע חינוך וואס מען קען געבן פאר די קינדער. ווייל קינדער מאכן נאך זייער עלטערן, וואס זיי זעען ביי די טאטע און מאמע וועלן זיי נאך טון, און וואס זיי הערן רעדן אין שטוב רעדן זיי נאכדעם אויפן גאס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵּיהּ", וואס א קינד רעדט - האט ער געהערט אדער פון זיין טאטע אדער פון זיין מאמע; דאס איז דער ערשטער כלל אין חינוך: צו זיין א לעבעדיגע ביישפיל, ווייזן פאר די קינדער ווי אזוי זיך צו פירן. אזוי אויך אז מען וויל דער קינד זאל לערנען דארף דער טאטע לערנען וועט דער קינד שוין במילא לערנען.
בנוגע דיין פראגע צי דו זאלסט לערנען בחברותא מיט דיינע בחורים; עס איז שווער צו ענטפערן אויף דעם באופן כללי ווייל יעדע קינד איז א וועלט פאר זיך. עס זענען דא קינדער וואס האבן ליב צו לערנען מיט'ן טאטע'ן, זיי ווילן אלץ לערנען נאך שיעורים, ווידעראום זענען דא קינדער וואס וועלן זיך ענדערש ארויסדרייען וכו', עס ווענדט זיך אין זייער נאטור, אבער דאס איז זיכער אז אויב דו ווילסט דיין קינד זאל לערנען זאלסטו אליינס לערנען וועט ער אויך לערנען.
צווייטנס דארף מען וויסן, אז אויב מען וויל עפעס פועל'ן ביים קינד דארף מען דאס אים אריין ברענגען מיט א געשמאק און פרייליכקייט, מיט כח קען מען נישט ארויפלייגן אויף זיי ווייל דאס מאכט אז שפעטער זאלן זיי דאס פיינט האבן וכו', דער רבי האט אונז זייער מזהיר געווען נישט צו באצווינגען א קינד.
אמאל איז א איד געקומען צום רבי'ן און במשך דעם גאנצן וועג האט ער גע'חזר'ט מיט זיין קינד: "אויב דער רבי וועט דיר מכבד זיין מיט טרינקען זאלסטו זאגן סברי מרנן וכו'" א גאנצע וועג האט ער אים געלייגט לחץ און געזאגט: "געדענק'זשע!! געדענק'זשע!!" ווען זיי זענען אנגעקומען צום רבי'ן און דער רבי האט געגעבן פאר'ן קינד דעם בעכער, האט דאס קינד – אנשטאט זאגן סברי מרנן - אנגעהויבן "געדענק'זשע!!"...
האט דער רבי דעמאלט געזאגט פאר דעם טאטע'ן די שיחה (חיי מוהר"ן סימן תלב): "מַּה שֶּׁהַמְלַמְּדִים דּוֹחֲקִים אֶת הַתִּינוֹק בְּיוֹתֵר, עַל יְדֵי זֶה אֵינוֹ יוֹדֵעַ הַתִּינוֹק כְּלָל", דאס וואס מען דרוקט אויפן קינד, דורך דעם ווייסט דער קינד גארנישט, "רַק צְרִיכִין לִהְיוֹת אָמָּן גָּדוֹל בָּזֶה לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק בְּהַדְרָגָה בְּלִי אִיּוּם הַרְבֵּה, וּבְלִי דֹּחַק יוֹתֵר וכו', וְעַל יְדֵי זֶה יִתְפֹּס יוֹתֵר בְּנָקֵל", מען דארף זיין א חכם צו וויסן ווי אזוי מען לערנט מיטן קינד שטייטליך, צוביסליך, אן לייגן אויפן קינד א פחד און אן לייגן דרוק, אזוי וועט ער עס בעסער פארשטיין. דער רבי האט אים געזאגט: "ווען דו וואלסט ווען גע'חזר'ט מיט דיין זון אביסל ווייניגער מאל און אן קיין דרוק וואלט ער געקענט זאגן דעם 'סברי מרנן', נאר פון אזויפיל מאל איבער זאגן 'גִּידֶענְק'זֶע', 'גִּידֶענְק'זֶע', גִּידֶענְק'זֶע', פון גרויס פחד געדענקט ער נאר דאס ווארט 'גִּידֶענְק'זֶע'".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת פון דיינע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.