תוכן השאלה
שלום וברכה,
ראשית וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה אויף די מענטשליכקייט און די גוטע מידות וואס די שיעורים האבן אריינגעלייגט אין מיר. דאס איז נאך אויסער די געשמאקקייט אין עס אויסהערן.
איך בין א מיידל אין ארץ ישראל, פון א ברסלב'ער שטוב, ס'איז שוין א לאנגע צייט וואס מען הערט אויס שידוכים פאר מיר, און דערווייל איז נאכנישט אנגעקומען מיין באשערטער. איך בין משתדל זיך מחזק צו זיין אין אמונה אז קיינער קען נישט צונעמען מיין חתן, און איך ווארט מיט סבלנות.
יעצט האט זיך געמאכט א שידוך וואס זעט אויס פון אויבנאויף זייער גוט, מיין שאלה איז אבער ווי אזוי איך קען וויסן אויב דאס איז טאקע דער ריכטיגער שידוך, ווי אזוי קען איך וויסן אויב דער שידוך איז טאקע גוט פאר מיר?
יישר כח פאר'ן אוועקגעבן פון אייער טייערע צייט צו ענטפערן שאלות.
גענענדל
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזהשי"ת
יום א' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשע"ז לפ"ק
לכבוד גענענדל תחי'
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
געלויבט דער אייבערשטער אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פונעם הייליגן רבי'ן וואס איז אונז מחזק און מחי' אז מיר זאלן נישט ווערן צעפאלן פון אלעס וואס גייט אריבער אויף אונז, מיר זאלן וויסן אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט מיט א חשבון און אז מיר פארשטיין גארנישט; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נב): דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, וְכָך נָאֶה וְיָפֶה לוֹ, כִּי מֵעֹצֶם גְּדֻלָּתוֹ וְרוֹמְמוּתוֹ, שֶׁהוּא מְרוֹמָם מְאֹד מִדַּעְתֵּנוּ, עַל כֵּן בְּוַדַּאי אִי אֶפְשָׁר שֶׁנָּבִין וְנַשִּׂיג בְּשִׂכְלֵנוּ הַנְהָגָתוֹ יִתְבָּרך, וְעַל כֵּן בְּהֶכְרֵחַ שֶׁיִּהְיוּ עָלָיו יִתְבָּרַ קֻשְׁיוֹת, כִּי כָּך נָאֶה וְיָפֶה לְהַבּוֹרֵא יִתְבָּרך, שֶׁיִּהְיֶה מְרוֹמָם וְנִשָּׂא מִדַּעְתֵּנוּ, שֶׁעַל יְדֵי זֶה קָשֶׁה הַקֻּשְׁיוֹת כַּנַּ"ל, וְאִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ, אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ, און דאס איז די שיינקייט, אז עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל - חס ושלום; קומט אויס אז דאס איז דער שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר פארשטייען אים נישט. אבער דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".
יעדער מענטש האט א קשיא, אנגעפאנגען פון א בחור און א מיידל וואס האבן א קשיא פארוואס זיי האבן נישט קיין שידוך - פאר יעדן איינעם גייט גוט, יעדער איינער טרעפט זייער שידוך, פארוואס מיר האבן נישט קיין שידוך; נאכדעם א אינגערמאן האט א קשיא פארוואס ער האט נישט קיין פרנסה; פארוואס איז דער מענטש נישט געזונט? וכו' וכו', אבער אז מען ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער לעבט מען א חיים טובים.
"לָמָה? יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם" - א גוי פרעגט פארוואס, א איד פרעגט נישט פארוואס, נאר א איד גלייבט אינעם אייבערשטן, "אַשְׁרֵי הָעָם שֶׁכָּכָה לוֹ", וואויל איז פאר א איד וואס ער האט נישט קיין קשיות, נאר ער חזר'ט שטענדיג: ווי אזוי? אט אזוי! אזוי ווי עס גייט, אזוי איז גוט - "שֶׁכָּכָה לוֹ".
דערפאר בעט איך דיר זייער, שטארק דיך און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות מיט אמונה פשוטה, און דער אייבערשטער וועט דיר צוברענגען דיין שידוך פליצלונג אומגעראכטן; איך ווייס אז דו ביסט זייער צעבראכן, דו ווילסט חתונה האבן, דו ווילסט אנהייבן דיין לעבן, און דו זעסט נישט קיין שום וועג ווי אזוי און ווען, און מיט וועם וכו', דאך בעט איך דיר זייער זייער, דו זאלסט זיך נישט פארלירן, ווייל אט אט איז דיין ישועה.
דער רבי האט אונז געגעבן אן עצה וואס ווער עס געוואוינט זיך צו צו דעם לעבט א חיים טובים, די עצה הייסט "התבודדות"; דאס הייסט, אז א מענטש זאל יעדן טאג גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, א פלאץ וואו קיינער שטערט נישט, און דארט זאל ער זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, און זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן, פארצייל פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, רעדט צו אים אויף די שפראך וואס דו ביסט צוגעוואוינט צו רעדן, וועסטו זיכער זען בקרוב דיין ישועה.
ר' נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "וּבְחָנוּנִי נָא בָּזֹאת, אויב א מענטש וועט רעדן צום אייבערשטן און בעטן אויף א זאך פערציג טעג, וועט ער עס זיכער באקומען". דערפאר בעט איך דיר זייער, שטארק דיך און ווארט אויס, וועסטו זען אז דיין שידוך וועט אנקומען.
ביז דערווייל גיי ארום מיט א שמייכל, ווייל מענטשן האבן זייער ליב איינעם וואס גייט ארום מיט א שמייכל, בפרט ווען מען זוכט א שידוך קוקט מען אויף דעם.
בנוגע וואס דו פרעגסט מיר צו די זאלסט מאכן א שידוך אויב דער בחור גלייבט אין ..., עס איז זייער שווער צו ענטפערן ווען מען קען נישט דעם בחור וכו'.
שטארק זיך אין תפילה והתבודדות וועסטו זען א ישועה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.