תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך מוז זיך קודם באדאנקען פאר'ן מיר געבן לעבן, זייט איך האב אנגעהויבן די שיעורים בין איך געווארן אן אנדערער מענטש. איך האב קיינמאל נישט גע'חלומ'ט אז די תורה האט עפעס מיט מיר, איך ארבעט שווער א גאנצן טאג, אבער יעצט בין איך ב"ה זוכה צו לערנען יעדן טאג אסאך תורה, דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר אויסגעלערנט אז די תורה באלאנגט פאר מיר, פונקט ווי פאר'ן רב פון שטאט.
איך האב געוואלט פרעגן וואס דער רבי האט געהאלטן וועגן מאכן "לייף אינשורענס" [ביטוח חיים]. איז עס אן איבריגע זאך, אדער אפשר גאר א חסרון אין אמונה?
איך האב עס געמאכט אפאר יאר צוריק, דארף איך עס מבטל זיין?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
די בעסטע אינשורענס איז די הייליגע תורה! חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין פב.) דער הייליגער תנא רבי נהוראי זאגט, "מַנִּיחַ אֲנִי כָּל אֻמָּנוּת שֶׁבָּעוֹלָם וְאֵינִי מְלַמֵּד אֶת בְּנִי אֶלָּא תוֹרָה", איך לערן מיט מיינע קינדער תורה, איך לערן זיי נישט אויס קיין אנדערע ארבעט, "כְּשֶׁאָדָם בָּא לִידֵי חֹלִי אוֹ לִידֵי זִקְנָה אוֹ לִידֵי יִסוּרִין וְאֵינוֹ יָכוֹל לַעֲסוֹק בִּמְלַאכְתּוֹ, הֲרֵי הוּא מֵת בְּרָעָב", ווייל ווען א מענטש ווערט קראנק, אדער ווען מען ווערט אלט, אדער ווען מען האט שווערע יסורים מען קען נישט ארבעטן, שטארבט מען פון הונגער, "אֲבָל הַתּוֹרָה אֵינָהּ כֵּן", אבער ווען מען לערנט תורה איז נישט אזוי, "אֶלָּא מְשַׁמְּרַתּוּ מִכָּל רַע בְּנַעֲרוּתוֹ", די תורה היט אפ דעם מענטש אין זיינע יונגע יארן, "וְנוֹתֶנֶת לוֹ אַחֲרִית וְתִקְוָה בְזִקְנוּתוֹ", און עס געבט כח אין די עלטערע יארן.
געב אכטונג פון די אלע וואס ווילן ארויס נעמען געלט פון דיר מיט זייערע זיסע רייד וכו' וכו', לאז זיך נישט פארדרייען דעם קאפ וכו'; לייף אינשורענס איז נישט קיין חסרון אין אמונה עס איז א חסרון אין חכמה, עס פעלט נישט אויס און עס העלפט נישט וכו' וכו', ענדערש גרייט זיך אן מיט פרקים משניות און דפים גמרא - וועסטו האבן פאר דיר א גוט לעבן און דו וועסט האבן וואס איבער צו לאזן פאר דיינע קינדער און אייניקלעך, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי יד כו): "בְּיִרְאַת ה'", לעבן מיט'ן אייבערשטן, "מִבְטַח עֹז", איז א שטארקע פארזיכערונג, "וּלְבָנָיו", און פאר זיינע קינדער, "יִהְיֶה מַחְסֶה", וועט ער זיין א באשיצונג; די קינדער וועלן זיך פארזיכערן מיט די זכותים פון טאטע'ן.
נעם די אינשורענס וואס מען געניסט פון "מעביר סדרה זיין", וועסטו האבן אריכות ימים ושנים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח): "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פָּרָשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגּוּם", מען זאל יעדע וואך מעביר סדרה זיין צוויי מאל די חומש און איין מאל תרגום, "שֶׁכָּל הַמַּשְׁלִים פַּרְשִׁיּוֹתָיו עִם הַצִבּוּר מַאֲרִיכִין לוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", ווייל ווער עס איז מעביר סדרה וועט זוכה זיין צו אריכות ימים ושנים; דאס איז די בעסטע אינשורענס פאר אריכות ימים און דאס ראטעוועט א מענטש פון אלעם שלעכטס.
א ליכטיגן חנוכה.