תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין אן עלטערער בחור, איך ווארט מען זאל מיר אנטראגן א שידוך. מיין שאלה איז אזוי, איך פלעג זיין זייער א פריינטליכער און שמועסדיגער מענטש, איך האב געהאט מיט יעדן און יעדער האט געהאט מיט מיר, ביז איינמאן ווען איך בין דורך א שווערע איבערגאנג אין לעבן, וואס האט שלעכט געווירקט אויף מיר, און דאן האב איך אפגעמאכט אז איך מוז טוישן מיין וועג אין לעבן, איך האב באשלאסן מיט א שטארקייט אז איך לאז אפ אלע מיינע חברים און איך זעץ מיך לערנען און דאווענען.
אין אנהויב האבן אלע געלאכט פון מיר, אבער איך האב אפגעמאכט מיט עקשנות אז איך שייד זיך אפ פון יעדן, איך רעד נישט מיט קיינעם, איך וועל ארבעטן שטיל, זאגן תהילים שטיל, און דאווענען ווי אזוי איך וויל. צוביסלעך האבן אלע איינגעזען אז עס איז נישט קיין וויץ, און איך האב אפגעהאקט מיט יעדן איינעם, איך רעד נישט מיט קיינעם.
איך ארבעט, און איך לערן אביסל, און אזוי ווייטער, אבער אן קיין שייכות מיט קיינעם. איך גריס נישט קיינעם, איך שמייכל נישט צו קיינעם, איך רעד נישט מיט קיינעם, איך האב עס גענומען זייער עקסטרעם ווייל איך האב געוואלט זיכער מאכן אז איך פארליר אלע מיינע אלטע חברים, און איך וועל נישט געשטערט ווערן פון לשון הרע לצנות און סתם צייט שטופעריי.
עס גייט שוין אן אזוי א שיינע פאר יאר, איך וויל אבער וויסן אויב דאס איז אויסגעהאלטן, ווייל פון די אנדערע זייט קען זיין אז עס וועט קראכן און איך וועל סתם בלייבן א דעפרעסטער איינזאמער מענטש. איך וויל וויסן וואס איז די ריכטיגע וועג, פון איין זייט זיך צו האלטן פארזיכערט אז איך פאל נישט צוריק צו די וועג פון שטופן צייט מיט חברים וכדומה, וואס אין מיינע אויגן קען איך עס נאר באווייזן מיט דעם עקסטרעמען וועג, אבער פון די אנדערע זייט האט עס די פראבלעם אז איך ווער אן איינזאמער מענטש.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט אויסדערוועלט די בעסטע זאך; דו לערנסט, דו דאווענסט און דו דינסט דעם אייבערשטן. האסט אפגעלאזט אלע חברים לצים, דו דינסט דעם אייבערשטן בתמימות ובפשיטות.
זיי זיך נישט מבלבל פון די אלע מחשבות, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך - וועסטו מער נישט זיין איינזאם. ביז דיין שידוך קומט אן זאלסטו ווייטער לערנען און דאווענען און זוכן נאר ערליכע אידן מיט וועם צו גיין און קומען.
באמת, אז מען טראכט אריין זעט מען אז חברים איז סתם א דמיון; אז מען וועט גוט קוקן וועט מען זען אז אפילו דער וואס האט חברים - איז אליינס, עס קומט א צייט וואס מען זעט אז אלע חברים איז סתם א פארבלענדעניש. מען רעדט נישט אויב מען האט א גוטער חבר וואס מען איז זיך מחזק אויף תורה ותפילה, מען רעדט פון חברים וואס ביי די וועלט איז דאס חברים, היינט זעט ער אויס ווי א חבר און מארגן שטעכט ער דיר אריין און ער איז דער ערשטער דיר צו באגראבן.
טייערער ברודער, הארציגער חבר, שטארק זיך; גיי ווייטער אויף די גוטע וועג, מאך זיך שיעורים בכל התורה כולה אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן. מאך זיך א שיעור יעדן טאג צו מעביר סדרה זיין שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער.
נאכדעם מאך זיך א שיעור אין משנה; משניות רייניגט דעם מענטש, און "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער משניות דו וועסט לערנען - וועסטו זיך מְשַׁנֶה זיין אינגאנצן און ווערן ריין. ווען מענטשן וואלטן געוויסט וואס משניות מאכט, וואס משניות טוט פאר'ן מענטש - וואלט מען נישט אפגעלאזט די משניות, בפרט בחורים וואס מוטשען זיך און פאלן אין פגם הברית, פאר זיי איז זייער שווער צו זיין אפגעהיטן, זיי ווייסן נישט וואס צו טון; יעדעס מאל מען מאכט אפ אז מען גייט זיין ערליך - פאלט מען אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, אויב וואלטן זיי זיך געפלייסט אין משניות - וואלטן זיי געהאט די כוחות צו זיין שטארק, ווייל משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע. די ראשי תיבות פון (תהילים ל, ד): הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי איז "מִשְׁנָה", אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.
נאכדעם מאך זיך א שיעור אין גמרא; די בלעטער גמרא וועט דיר ליכטיג מאכן דיין לעבן, דו וועסט מער נישט דארפן קיין חברים, ווייל גמרא מאכט ליכטיג; גמרא נעמט אוועק אלע טונקלקייטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.) אויפ'ן פסוק (איכה ג, ו): "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם", אָמַר רַבִּי יִרְמִיָּה זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל, דאס גייט ארויף אויף תלמוד בבלי; לכאורה, ווי אזוי קען מען זאגן אויף די הייליגע גמרא אז דאס איז א טונקעלע זאך, א טויטע זאך? נאר מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז א מענטש זאגט: "עס איז מיר פינסטער", "עס איז מיר טונקל", "איך שפיר זיך ווי א טויטער מענטש", "עס גייט אריבער אויף מיר שווערע ביטערע נסיונות, עס איז ממש ביי מיר מקיום געווארן דעם פסוק 'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם'", זאגט מען אים: "זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל", נעם א גמרא תלמוד בבלי און הייב אן לערנען, הייב אן זאגן די אותיות התורה, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין, דורכדעם וועט דיר ליכטיג ווערן און דו וועסט ווערן צוריק לעבעדיג.
איך בעט דיר זייער, האלט זיך שטארק, האלט זיך אין די תורה; די אלטע חברים זענען נישט דיינע אמת'ע פריינט, די תורה איז אן אמת'ער פריינט, די הייליגע גמרא וועט בלייבן דיין חבר אין דיינע שווערסטע מצבים.
די תורה איז די בעסטע חבר, נעם איר פאר א חבר און אין איר זאלסטו זיך באהאלטן ווען עס איז דיר ביטער; גלייב מיר, עס איז נישט דא קיין בעסערע פלאץ וואו צו אנטלויפן ווען מען האט א צרה ווי צו די הייליגע תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה, וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, זאלסטו אנטלויפן צו די הייליגע תורה און דורכדעם וועסטו געראטעוועט ווערן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.