תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב באקומען דעם בריוו, און איך האב זייער הנאה געהאט פון וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן מיט אלע מקורות.
איך האלט שוין אבער היינט אינעם הונדערסטן תענית-טאג וואס איך האב זיך מקבל געווען צו פאסטן לזכות נפש רוח ונשמה פון מיין ווייב ע"ה.
איך האב נאר געוואלט פרעגן אויב די תעניתים וואס איך פאסט פאר איר, איז א זכות פאר איר אויפ'ן עולם האמת? ווייל אויב יא, וויל איך ממשיך זיין צו פאסטן נאך 59 טאג, עס זאל אויסקומען צו די גמטריא פון איר נאמען.
אדער בין איך זיך טועה, אן "ן" איז 50, אדער איז עס 700? דעריבער טראכט צו פאסטן משבת לשבת, וואס דאס איז אזוי 65,600 תעניתים.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דיין פאסטן איז בכלל נישט א תיקון פאר איר נשמה; ענדערש זאלסטו זאגן תהילים פאר איר נשמה און געבן צדקה.
פאסטן איז נישט געמאכט פאר אונזערע דורות, דער רבי האט קלאר געזאגט מען זאל נישט פאסטן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן י) דער וואס פאסט איז אזוי ווי א זאק וואס איז פול מיט לעכער, אפילו ווען מען ליידיגט אויס די זאק בלייבט דער זאק צעלעכערט, "וְאִם הִתְבּוֹנְנוּ בְּעַצְמָן הָיוּ רוֹאִים אַחַר כָּל הַתַּעֲנֵיתִים עֲדַיִן נִשְׁאֲרוּ אֶצְלָם כָּל תַאֲוַותָם קְשׁוּרִים בְּשַׂקָּם", אז מען וועט אריינטראכטן וועט מען זען אז אפילו נאכן פאסטן בלייבט מען איבער מיט אלע תאוות, עיין שם.
קוק אריין אין שאלות ותשובות ברסלב (חלק לא, מכתב ג' תתפג), איינער פרעגט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו: "לְדַאֲבוֹנִי וּלְצַעֲרִי אִבַּדְתִּי אֶת אִשְׁתִּי וְנִשְׁאַרְתִּי אַלְמָן, מָה הַדָּבָר הֲכִי טוֹב שֶׁאֲנִי יָכוֹל לַעֲשׂוֹת לְעִלּוּי נִשְׁמָתָהּ", איך האב פארלוירן מיין ווייב, איך בין געבליבן אן אלמן, וואס איז די בעסטע זאך וואס איך קען טון אלס א תיקון פאר איר נשמה?
מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ענטפערט: "אֵין לְתָאֵר וְאֵין לְשַׁעֵר אֶת גֹּדֶל הַזְּכוּת כְּשֶׁאָדָם נוֹתֵן צְדָקָה לְעִלּוּי נִשְׁמַת נְשָׁמָה שֶׁנִּפְטְרָה בְּגִיל צָעִיר", מען קען זיך נישט פארשטעלן די גרויסע זכות וואס א נשמה האט אויבן אין הימל ווען מען געבט צדקה פאר איר נשמה, "הַצְּדָקָה מוֹעִילָה בְּחַיִּים חַיּוּתוֹ שֶׁל הָאָדָם וּבִפְרָט לְאַחַר הִסְתַּלְּקוּתוֹ מִזֶּה הָעוֹלָם", צדקה העלפט דעם מענטש אויף די וועלט און אויף יענער וועלט, "כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב", אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נח, ח): "וְהָלַךְ לְפָנֶיךָ צִדְקֶךָ".
עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דעם גאנצן תשובה. מוהרא"ש זאגט (שם) ווילאנג א מענטש לעבט בזה העולם ווייסט מען נישט אפצושאצן דאס גרויסקייט פון צדקה, נאר נאכן אוועקגיין פון די וועלט, דעמאלט זעט מען דאס גרויסקייט פון צדקה. די צדקה ראטעוועט דעם מענטש פון אלע ווערעם, מייזן און שלענג וואס קומען צו קריכן צום נפטר.
ווען א מענטש גייט אוועק פון די וועלט מאכט מען א לוי', אלע וויינען, מען באגלייט דעם נפטר ביזן בית החיים, די חברה קדושה גראבן א גרוב און מען לייגט אריין דעם נפטר אינעם גרוב, מען דעקט צו מיט ערד, נאכדעם גייען אלע אהיים; די אבלים זעצן זיך שבעה, מען קומט זיי מנחם זיין, מען וויינט מיט זיי, מען טרייסט זיי, מען רעדט מיט זיי, מען מאכט ווערטלעך, מען טוט אלע מיני זאכן זיי זאלן פארגעסן פון זייער צער; איין זאך איז אינטערעסאנט צו פארשטיין, וואס גייט יעצט פאר מיט'ן נפטר? איינער טראכט בכלל אז עס איז דא א נפטר? איינער ווייסט וואס דער נפטר גייט יעצט אריבער? קיינער ווייסט נישט וואס דארט טוט זיך, עס קומען צו גיין הונגעריגע מייז, הונגעריגע שלענג, זיי שמעקן פון דערווייטנס פרישע פלייש, זיי הייבן אן רייסן שטיקער פונעם נפטר, די צער און יסורים וואס דער נפטר האט פון דעם - קען מען נישט מסביר זיין, שרעקליכע ביטערע צער, יעדע ביס פון א ווארעם איז נישט אויסצוהאלטן, דעמאלט נעמט מען אפיר די מצוות פונעם נפטר, די פרוטות צדקה - דאס היט דעם מענטש.
איך האב דיר שוין איינמאל געשריבן, איך זע אז דו ביסט אן אויבער חכם, דו פאלגסט נישט, דו מאכסט זיך ווייטער משוגע מיט די תעניתים; איך בעט דיר נאכאמאל, לאז אפ די וועג; אז דו ווילסט טון פאר די נשמה זאלסטו געבן צדקה לזכותה, אדער זאלסטו שרייבן א ספר תורה לזכותה, אדער דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים פאר איר זכות; דאס וועט איר היטן פון אלעם שלעכטס.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.