שאלה אין קורצן ענין
#32 - וואס טוט מען ווען ס'איז נישטא קיין פרנסה?
שלום בית, פרנסה, צדקה, געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט קיין ווערטער זיך צו באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר מיין לעבן, פאר די עצות און לימודים וואס העלפן מיר אויף טריט און שריט, איך האב ברוך ה' א טייערע ווייב, דריי ליכטיגע קינדער, מיר זענען אלע געזונט און שטארק ברוך ה', אלעס איז מיר גוט אויסער די פרנסה.


אין די לעצטע צוויי וואך האב איך נישט קיין ארבעט, איך מיין ממש גארנישט, איך האב שוין א שיינע פאר מאל געמיינט אז אט קומט ברוך ה' א גרויסע דזשאב, מען בעט מיר אן "עסטימעט", א פרייז פאר א דזשאב, אבער א נעכטיגן טאג, דער מענטש ענטפערט נישט קיין שום רופן נאכדעם, און אזוי האב איך געהאט א שיינע פאר אנטוישונגען אין די לעצטע פאר וואך.


איך בין בכלל נישט אויסגעצייכנט אין התבודדות, אבער ווען עס טוט וויי שרייט מען, ווען איך דארף געבן צו עסן פאר מיין ווייב און קינדערלעך, דעמאלט פלי איך צום אייבערשטן, איך בעט אים שיין, איך פרוביר אים צו באדאנקען פאר אלעס, איך וויין צו אים אז איך דארף פרנסה ברויח און גרינג, אפילו עס קומט זיך מיר גארנישט, אבער דאך זיי מיר מוחל און האב רחמנות אויף מיר. איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך שפיר ווי איך טאפ א וואנט.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א זאגן וואס איך טו נישט גוט, אדער וואס איך דארף אנהייבן צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו זעסט זיך אן קיין פרנסה זאלסטו טון אפילו אנדערע פרנסות, און נישט ווארטן דווקא אויף די פרנסה אין וואס די ספעציעליזירסט זיך, טו וואס דו קענסט נאר, צי עס פאסט יא צי עס פאסט נישט, אבי אהיים ברענגען פרנסה.


דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פונעם 'בעל בטחון', אז ער האט נישט געקוקט אויף גארנישט צי עס פאסט אים יא די ארבעט וואס מען טראגט אים אן צי עס פאסט אים נישט, אין אנהויב איז געווען זיין פרנסה פאררעכטן כלים, און ווען דער קעניג האט ארויסגעגעבן א באפעל אז קיינער קען נישט טראגן זיינע כלים צו פאררעכטן ביי א צווייטן, נאר אדער פאררעכט מען עס אליין אדער ווארפט מען עס אוועק - האט ער זיך נישט פארלוירן און ער איז געווארן א האלץ האקער פאר איין טאג, און נאכדעם ווען ער האט דאס פארלוירן - האט ער זיך פארדינגען צו רייניגן שטאלן; דאס איז א מורא'דיגע פרט וואס מיר קענען זיך ארויסלערנען, א מענטש וואס איז א בכבוד'דיגער מענטש, ער האט יארן געהאט א שיינע פרנסה, זאל פון איין מינוט אויפן צווייטן ווערן א מענטש וואס רייניגט שטאלן?! יא, דאס לערנט אונז דער רבי, אז מען טאר נישט קוקן אויף כבוד וכדומה, צי עס פאסט יא צי עס פאסט נישט. איין זאך איז זיכער, אז עס פאסט נישט צו זיין א בעל חוב און עס פאסט נישט צו זיין א גנב; א מענטש דארף דער עיקר טראכטן: 'וואס טראכט מען אויבן אין הימל אויף מיר, ווי אזוי זע איך אויס דארט?'


אויך זאלסטו וויסן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, אז מען האט נישט קיין ארבעט איז דאס נישט קיין תירוץ נישט אהיים צו ברענגען געלט; דו האסט אונטערגעשריבן ביי די חופה פאר דיין ווייב אין די כתובה: "אֲנָא אֵיזִן, וְאוֹקִיר וְאֶפְלַח לֵכִי", איך וועל דיר שפייזן וכו', דארפסטו אלעס טון צו שפייזן דיין ווייב און קינדער. די ערשטע זאך דארף מען צאלן דירה געלט, ווייל אויב מען צאלט נישט קיין רענט וועט מען נישט האבן קיין דאך איבערן קאפ, מוהרא"ש זאגט דאס ערשטע דארף מען צאלן רענט, רענט קומט פאר עסן און פאר אלעמען.


שעם זיך נישט צו גיין אויף די הייזער בעטן צדקה, על פי הלכה (שולחן ערוך יורה דעה, סימן רנג) אויב מען האט נישט קיין פרנסה מעג מען גיין נאך געלט, דארפסט נישט זאגן פאר דיין ווייב וכו' אז דו גייסט נאך געלט פאר זיך, און אזוי אויך דארפסט נישט זאגן ביי די הייזער אז דו גייסט פאר דיר אליין, קענסט זאגן אז דו נעמסט צוזאם געלט פאר א משפחה וואס האט נישט אויף שבת.


איך בעט פאר דיר דו זאלסט מצליח זיין און האבן גרויס שפע.

#31 - איך בין טיף אין חובות, ווי אזוי קען איך זיך אויסלאכן?
חובות, תפילות אויף אידיש, פרנסה, דאווענען, אינשורענס, תיקון הכללי, מנין, צדקה, דרייוון, קאר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטנס געשריבן אין א בריוו פאר אנשי שלומינו, "בנוגע דיין פרנסה וכו'; געלט האט קיינער נישט, עס איז א גרויסע שפיל, שפיל דו אויך דעם שפיל - כאילו דו האסט אסאך געלט; טראכט 'איך האב זייער אסאך געלט, איך האב עס יעצט אינוועסטירט', און לאך זיך גוט אויס. אלעס איז דמיון, נאר דער אייבערשטער איז אמת; יעדע מחשבה וואס מען טראכט, אויב איז עס נישט פון אמונה - איז עס דמיון".


איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר עס אביסל בעסער מסביר זיין, איך האב חברים וואס האבן וויפיל געלט זיי ווילן, זיי האבן אן אייגענע הויז, א שיינע קאר, און זיי קענען קויפן אלעס וואס זיי וויל און דארפן. איך בין קיינעם נישט מקנא, אבער למעשה בין איך שולדיג געלט פאר א האלבע שטאט, איך קען נישט גיין אין אסאך שולן דאווענען כדי נישט צו טרעפן די בעלי חובות, איך קען נישט איינקויפן אויף שבת ווייל קיין איין גראסערי וויל מיר מער נישט געבן אויף בארג, איך פאר ארום מיט א קאר אן אנשורענס ווייל איך האב נישט דאס געלט עס צו כאצאלן, איך האב אפילו נישט צו קויפן געז אנצופילן מיין קאר, איך מאך חתונה אין אפאר חדשים ארום, מיין ווייב בעט געלט און איך האב נישט וואס צו געבן, ווי אזוי לאכט מען זיך פאקטיש אויס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס זאלסטו נישט נוצן דיין קאר ביז דו האסט אינשורענס; עס איז נישט קיין שפיל, מען טאר נישט פארן מיט א קאר אן קיין אינשורענס.


צווייטנס, אז דו ווילסט ארויסגיין פון דעם טיפן גרוב - זאלסטו די ערשטע זאך פון היינט און ווייטער מער נישט בארגן קיין איין פרוטה, און אז דו דארפסט אהיימברענגען געלט - זאלסטו גיין נאך געלט. דעם וועם דו ווילסט פרעגן: "קענסט מיר בארגן?" זאלסטו אנשטאט די ווארט 'בארגן' נוצן די ווארט 'העלפן'; פרעג: "קענסט מיר העלפן?" געענדיגט מיט בארגן, השמר והזהר, גראב נישט דעם גרוב טיפער; בארגן איז א קללה, אז מען האט חובות איז זייער זייער ביטער.


זאג יעדן טאג נאכן דאווענען די צען קאפיטלעך תהילים – די תיקון הכללי פון הייליגן רבי'ן [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], ווייל חובות קומט פון פגם הברית. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "הִנֵּה יֵשׁ עֲבֵרָה, שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵרָה הַהִיא, שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד, וַאֲפִילּוּ יַעֲשֶׂה כָּל טַצְדְּקִי דְּאֶפְשָׁר, וְהִתְפַּעֲלוּת, לא יוֹעִיל כְּלָל, וְיִהְיֶה בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא אן עבירה וואס דער עונש פון דעם איז אז דער מענטש ווערט א גרויסער 'בעל חוב'. און אפילו דער מענטש וועט טון אלעס אויף די וועלט נישט צו זיין א בעל חוב - וועט ער אייביג בלייבן אין חובות; מוהרא"ש זאגט אז דאס איז די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה - פגם הברית רחמנא לצלן.


אז דו ווילסט זיך ארויסזען פון דיינע חובות, זוך א שטילע ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, זאג: "רבונו של עולם, איך דערטרענק זיך אין שווערע חובות, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך קען נישט גיין צווישן מענטשן, איך בין שולדיג פאר אזויפיל מענטשן, איך בין זיך אליינס שולדיג, איך בין דורכגעפאלן מיט פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אוי וויי איז מיר, אוי וויי איז פאר מיין נשמה, איך האב אזויפיל געזינדיגט, איך האב נישט געהיטן מיינע אויגן, איך האב זיך צוגעברענגט צו עבירות.


אנא רחום, איך בעט דיר דערבארעמדיגער טאטע, דו ביסט דאך א רחום וחנון, דו ביסט דאך דער חנון המרבה לסלוח, אז מען טוט תשובה ביסטו מוחל אויף אלע עבירות, בעט איך דיר, זיי מיר מוחל אויף אלע מיינע שלעכטע מעשים, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע, נעם אן מיין תשובה און העלף מיר ארויסקריכן פון מיינע חובות".


אויך זאלסטו יעדן טאג גיין אין שול דאווענען מיט מנין די דריי תפילות, זיי זיך מוסר נפש אויף דעם. נאך תפילת שחרית זאלסטו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, און ווען דו דאווענסט שחרית מיטן טלית, זאלסטו זיך איינוויקלען אונטער די טלית און שטילערהייט שעפשען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, ווי אזוי זע איך זיך ארויס פון מיינע חובות, איך ווייס נישט וואו צו גיין, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך בין שולדיג פאר אזויפיל מענטשן, העלף מיר טאטע".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - פארוואס זאל מען גיין הפצה און זיין א נצרך לבריות?
פרנסה, הפצה, צדקה, זיכוי הרבים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך באדאנקען דעם ראש ישיבה פאר'ן מאכן מיין לעבן און מיין שטוב פאר א גן עדן מיט די אלע עצות פון הייליגן רבי'ן.


יעצט צו מיין שאלה, דער ראש ישיבה האט דערמאנט ביי א שיעור אז עס זענען דא אינגעלייט וואס זייער גאנצע פרנסה איז פון הפצה. וויל איך פארשטיין, ממילא ווען איינער וואס קען נישט דעקן די וואך און די חודש גייט נאך געלט זיך צו דעקן איז עס לכתחילה אויסגעהאלטן, אבער אויב איינער קען טון א נארמאלע פרנסה, פארוואס זאל ער גיין נאך געלט?


חז"ל זאגען דאך "מוטב שיפשיט אדם נבילה בשוק ואל יצטרך לבריות", אויך זאגן חז"ל אין די לעצטע משנה אין מסכת פאה "וכל מי שאינו צריך ליטול ונוטל אינו נפטר מן העולם עד שיצטרך לבריות"?


איך פרעג נישט חוזק צו מאכן, נאר צו מעורר זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען גייט פארשפרייטן ספרים וואס ברענגען צוריק מענטשן צום אייבערשטן איז מען נישט קיין נצרך לבריות; אדרבה, מען איז א משפיע לבריות, מען איז א מציל נפשות.


נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי עוסק זיין אין צוריקברענגען מענטשן צו אים. דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: "כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה, "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחֲמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


וואס האט גיין הפצה מיט זיין א נצרך לבריות? אפילו ווען מען גייט נאך געלט זיך צו קענען שפייזן - איז מען אויך נישט קיין נצרך לבריות, עס איז א קלארע הלכה אז ווער עס האט נישט קיין געלט קען גיין נאך געלט. אז מען גייט נאך געלט - איז מען נישט קיין נצרך לבריות, אז מען איז אנגעהאנגען אויף מענטשן, מען דינט מענטשן, מען לעבט פאר מענטשן, מען טראכט פון מענטשן - דער איז א נצרך לבריות. עס קען אפילו זיין איינער וואס פארדינט אליינס, ער האט אן אייגענע געשעפט, אבער ער איז אנגעהאנגען אויף מענטשן, אלעס דריידט זיך ארום וואס מען וועט זאגן אויף אים, וואס מען טראכט אויף אים, ווי אזוי מען קוקט אויף אים - דעם איז "עולם חשך בעדו" (ביצה ל:).


די ווערטער וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיג.): "פשוט נבילתא בשוקא", ענדערש זאלסטו זיך פארדינגען אפצושינדן הויט פון נבילות, אפילו עס איז א שלעכטע ארבעט, עס גייט א שטארקע גערוך - "ושקיל אגרא", און באקומען א געהאלט, "ולא תימא", ווי איידער זאלסט זאגן "כהנא אנא, וגברא רבא אנא", איך בין א חשוב'ער מענטש, "וסניא בי מלתא", מיר פאסט נישט די ארבעט; דא שטייט קלאר מען זאל יא גיין הפצה, טו הפצה אפילו עס איז א בחינה פון פשוט נבילה בשוק; מען דריידט זיך אין גאס, מען דארף אראפגיין צו אלע נידריגע פלעצער, מען דארף שמעקן די שלעכטע גערוך וכו' - דאך טו איך דאס און איך זאג נישט "כהנה אנא" - עס פאסט מיר נישט; איך טו דאס ווייל איך וויל ראטעווען מענטשן, איך גיי הפצה ווייל איך האב רחמנות אויף אידישע קינדער.


מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר די מפיצים זיי זאלן בעטן צדקה, מען זאל נישט געבן די ספרים בחינם, אבער נישט אז די קאפ זאל ליגן אין מאכן געלט, נאר ווייל ווען א מענטש געבט צדקה עפנט זיך זיין הארץ צו מקבל זיין קדושה ויראת שמים, בזכות די צדקה וואס יענער געבט איז יעצט א צייט וואס ער קען זיך אויפהויבן צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


הפצה איז נישט א נייע זאך, הפצה איז א זאך וואס אלע דורות ברסלב'ע חסידים טוען. דער רבי האט אונז געהייסן עוסק זיין אין מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן, רבי נתן שרייבט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "כַּמָּה פְּעָמִים הָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה עִמָּנוּ, וְהִזְהִיר אוֹתָנוּ מְאֹד לְקָרֵב נְפָשׁוֹת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, לְהִשְׁתַּדֵּל לְדַבֵּר הַרְבֵּה עִם בְּנֵי אָדָם, כְּדֵי לְעוֹרְרָם וְלַהֲשִׁיבָם לְקָרְבָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער רבי האט זייער אסאך מאל גערעדט מיט אונז און אונז געהייסן מיר זאלן עוסק זיין אין מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן, "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה מְבַזֶּה אוֹתָנוּ בְּבִזְיוֹנוֹת עַל שֶׁאָנוּ מִתְעַצְּלִים בָּזֶה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ", און זייער אסאך מאל האט דער רבי אונז פארשעמט און אונז אנגערופן 'עצים יבשים' טרוקענע ביימער, ווייל מיר געבוירן נישט קיין פרישע נפשות צום אייבערשטן.


רבי נתן שרייבט ווייטער: "וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה", איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה, היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה.


וואויל איז דעם וואס איז עוסק אין די הייליגע זאך, וועט ער קיינמאל נישט דארפן זיין א נצרך לבריות.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#29 - וואס איך קען טון וועגן פחדים?
ניגונים, סגולות, פחדים, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים, עס געבט כח און מח. איך האב געוואלט פרעגן וואס איך קען טון וועגן פחדים? עס איז נישט א נייע זאך ביי מיר, אבער לעצטנס איז עס געווארן אסאך שטערקער, איך לייד גאר שטארק פון די אלע פחדים, עס רעדט זיך פון ממש פשוטע זאכן וואס געווענליכע מענטשן טראכטן אפילו נישט צו מורא האבן פון דעם, וואס קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי געבט א סגולה צו מבטל זיין פחדים, צו טראכטן פון אברהם אבינו. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות פחד, סימן ד): "סְגֻלָּה לְבַטֵּל אֶת הַפַּחַד, לִזְכֹּר אַבְרָהָם אָבִינוּ", א סגולה אוועק צו נעמען שרעק - דורך טראכטן פון אברהם אבינו, אז מען טראכט פון אברהם אבינו גייען אוועק אלע שרעק.


עס איז דא נאך אסאך סגולות צו מבטל זיין פחדים. דער רבי זאגט (שם, סימן ה): "בִּצְדָקָה תְּבַטֵּל אֶת הַפַּחַד", מיט צדקה קען מען אוועקנעמען שרעק; "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ פְּחָדִים, יְזַמֵּר זֶמֶר שֶׁל שִׂמְחָה", ווער עס האט שרעק זאל זינגען פרייליכע לידער (שם, סימן יא).


דער אייבערשטער זאל העלפן אלע שרעק זאל אוועקגיין.

#28 - ווי אזוי שטארק מען זיך ווען מ'מוטשעט זיך מיט'ן אנהויבן א ביזנעס?
התחזקות, שלום בית, פרנסה, דאווענען, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


מיין מאן זאל זיין געזונט איז זייער פארנומען מיט א נייע ביזנעס וואס ער האט לעצטנס געעפנט, ער פילט ווי דאס רויבט אים אוועק זיין רוחניות און גשמיות, די צייט צו פארברענגען מיט די משפחה, און אזוי ווייטער נעמט מען דאס צו ממש אלעס אין לעבן. ער האט אזוי חרטה פאר'ן אריינשפרינגען אין די גאנצע זאך, ער וואלט אזוי שטארק געוואלט צוריקציען, אבער יעצט איז ער שוין שטעקן געבליבן מיט א געשעפט וואס האט קוים אנגעהויבן זיך רירן, און מיט אסאך גרויסע חובות.


די ביזנעס האט א גרויסע מעגליכקייט שטארק מצליח זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אבער דערווייל גייט עס זייער שווער. מיט וואס קענען מיר זיך מחזק זיין?


ביטע ענטפערט אונז ווי שנעלער ווייל מיר דארפן קריטיש אביסל חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט מחזק אייער מאן ער זאל ארייננעמען דעם אייבערשטן אין די נייע ביזנעס. אז מען עפנט א ביזנעס מוז עס זיין מיט'ן אייבערשטן, נאר אזוי איז מען מצליח.


אינדערפרי איידער מען גייט אריין אין די ביזנעס דארף מען גיין אין שול דאווענען צום אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מצליח זיין, אזוי אויך זאל ער האבן א צדקה פושקע ביי די ארבעט און אריינלייגן שטענדיג פרוטות און בעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין הצלחה, אזוי אויך בשעת מען איז פארנומען מיט די ביזנעס - זאל מען זיך מתבודד זיין, רעדן צום אייבערשטן, אים בעטן אלעס זאל מצליח זיין; נאר אזוי קען מען מצליח זיין.


זייט מחזק אייער מאן; מוטיגט אים, שטארקט אים, מאכט אים פרייליך - וועט ער מצליח זיין.


מוהרא"ש זאגט, די הייליגע שם פון פרנסה, חת"ך – איז די סופי תיבות פון (תהלים קמה, טז): "פּוֹתֵחַ' אֶת' יָדֶךָ'"; אויך איז דאס די סופי תיבות פון (דברים טז, טו): "וְהָיִיתָ' אַךְ' שָׂמֵחַ'"; שמחה ברענגט גרויס עשירות.


פארלירט אייך נישט, וועט איר מצליח זיין.

#27 - קען מען יוצא זיין הפצה מיט'ן געבן געלט דערפאר?
הפצה, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זייער שטארק פאלגן דעם רבי'ן און גיין הפצה, ס'ארבעט זיך אבער נישט אויס פאר מיר פאר אסאך סיבות, וויל איך וויסן אויב איך קען יוצא זיין מיט דעם וואס איך געב יעדן חודש א סכום געלט פאר הפצה? און אויך אויב דאס איז א לכתחלה אדער נאר בדיעבד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איידער רבי נתן איז נסתלק געווארן האט ער געזאגט די ווערטער (און דאס איז פאר אונז אזוי ווי א צוואה פון רבי נתן זכרונו לברכה): "עזרא הסופר גייט אוועק פון די וועלט און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזויפיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג", און רבי נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'"; (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת; רבי נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר).


אז דו געבסט געלט פאר'ן דרוקן די ספרים האסטו די זעלבע חלק אין הפצה ווי די וואס גייען פארשפרייטן די ספרים; יעדע זאך וואס מען טוט צו העלפן פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן איז מקרב די גאולה, עס ברענגט נענטער און נענטער משיח זאל קומען. ווייל די ספרים און קונטרסים ברענגען צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן און דער רמב"ם פסק'נט (הלכות תשובה פרק ז, הלכה ה): "הִבְטִיחָה תּוֹרָה שֶׁסּוֹף יִשְׂרָאֵל לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה בְּסוֹף גָּלוּתָן, וּמִיַּד הֵן נִגְאָלִין", די הייליגע תורה זאגט, ווען אידישע קינדער וועלן תשובה טון וועט זיי דער אייבערשטער גלייך אויסלייזן.


וואויל איז דעם וואס העלפט פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן אויף די וועלט.

#26 - מעג איך אוועקגעבן האלב פון מיין געלט צו דרוקן ספרים?
הפצה, צדקה, זיכוי הרבים, הדפסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן און מוהרא"ש אויף די גאנצע וועלט. יעדע בריוו ברענגט פשוט אריין אין מיר אמונה און בטחון אינעם אייבערשטן, און ס'געבט מיר חשק צו טון נאר דעם רצון ה'.


איך וויל פרעגן אויב איך מעג אוועקגעבן האלב פון מיינע פארדינסטן פאר הפצה און הדפסה, אדער פאר אנדערע צדקות. איך בין גרייט דאס צו טון, איך טראכט נאר אז אפשר וועל איך דארפן האבן דאס געלט אין א שפעטערדיגע צייט, און איך ווייס נישט אויב ס'וועט קומען א צייט וואס איך וועל זיין מער אנגעשטרענגט און איך וועל עס נישט קענען באווייזן.


מעג איך זיך אינגאנצן פארלאזן אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז מ'ווערט נישט ארעם פון געבן מעשר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און דאס פארפלייצן אויף די וועלט.


מיר לעבן היינט אין א פינסטערע דור, עס קומען ארויס יעדן טאג און יעדע מינוט אזויפיל שמוץ; מיר האבן היינט דעם דור המבול מיט'ן דור הפלגה אינאיינעם. עס איז אזוי גרינג אנצוקומען צו זען אלע עקלדיגע אויסגעלאסענע שמוץ פון אלע פעלקער און מען קען אזוי גרינג אריין געכאפט ווערן מיט מינות ואפיקורסות, יונגע בחורים און מיידלעך פאלן אוועק פון אידישקייט; פון די שענסטע שטובער, פון די שענסטע קהילות - פאלן אוועק אזויפיל אידישע קינדער.


וואס איז די עצה, וואס קען מען טון ווען מען זעט ווי דער מבול פארפלייצט נאך און נאך? מיר קענען טון וואס דער הייליגער רבי נתן האט אונז צוואה געלאזט. רבי נתן איז נסתלק געווארן ערב שבת פרשת ויגש, עשרה בטבת שנת תר"ה לפרט קטן. אפאר שעה בעפאר ער איז נפטר געווארן האט ער געזאגט די ווערטער (און דאס איז פאר אונז אזוי ווי א צוואה פון רבי נתן זכרונו לברכה): "נו, אז עזרא הסופר גייט אוועק פון די וועלט און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזויפיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג", און רבי נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'"; (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת, רבי נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר).


דאס איז די עצה, מיר דארפן טון אלעס אויף די וועלט צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות. מיט'ן רבינ'ס עצות קען מען אלעמען צוריק ברענגען.


אין הימל איז זייער חשוב די וואס דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים. דער הייליגער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא, גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


וואויל איז די וואס האבן א חלק אין דרוקן די ספרים וואס ברענגען צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - וואס קענען מיר טון געהאלפן צו ווערן מיט קינדער?
צניעות, חיזוק פאר פרויען, קינדער, סגולות, צדקה, עירוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע שיעורים וואס זענען מיר שטארק מחזק, ובפרט אין דעם ענין צו רעדן צום אייבערשטן.


איך האב ב"ה פיין חתונה געהאט שוין פאר כמעט פינף יאר, אבער דערווייל האבן מיר נאכנישט זוכה געווען צו קינדער. מיר געבן נישט אויף, מיר זענען זיך מחזק מיט אמונה און תפלה, אבער צומאל שפיר איך ווי ס'רוקט זיך א חודש נאך א חודש, א יאר נאך א יאר, און די ישועה איז נאכנישט דא. מיר וואס קען איך זיך מחזק זיין? און אפשר פעלט אויס צו טון עפעס א סגולה צו ברענגען נענטער די ישועה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בזכות וואס איר וועט זיך פירן איידל, איר וועט גיין אנגעטון צניעות'דיג  - וועט איר זוכה זיין צו די ברכה וואס חכמינו זכרונו לברכה זאגן (במדבר רבה ח, ט): אויפ'ן פסוק (תהילים קכח, ג): "אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פֹּרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ", דיין ווייב וועט זוכה זיין צו האבן קינדער אזוי ווי א וויינשטאק וואס איז פול מיט טרויבן - בזכות וואס זי פירט זיך בצניעות, "בִּזְמָן שֶׁהִיא נוֹהֶגֶת בְּעַצְמָהּ דַּת יְהוּדִית שֶׁהִיא צְנוּעָה, זוֹכָה שֶׁיוֹצְאִין מִמֶּנָּה בָּנִים בַּעֲלֵי מִקְרָא, בַּעֲלֵי מִשְׁנָה, בַּעֲלֵי מַעֲשִׂים טוֹבִים", זי וועט האבן קינדער וואס וועלן לערנען מִקְרָא, מִשְׁנָה און טון מַעֲשִׂים טוֹבִים, "הֲדָא הוּא דִּכְתִיב: 'בָּנֶיךָ כִּשְׁתִילֵי זֵיתִים'", עיין שם.


אויך זאלט איר עוסק זיין אין צדקה; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, חלק ב', סימן כב) אז דורך צדקה איז מען זוכה צו קינדער.


אויך זאלט איר העלפן אין אייער שטאט אז עס זאל זיין אן עירוב; עס איז מקובל פון צדיקים אז דער וואס מאכט אן עירוב איז זוכה צו גרויסע נסים, בפרט אינעם ענין פון זרע של קיימא. אזוי ווי עס איז באוואוסט די מעשה, א איד וואס האט נישט געהאט קיין קינדער איז געקומען צום הייליגן ייטב לב זכותו יגן עלינו פאר א ברכה און דער ייטב לב האט אים געזאגט אז ער זאל מאכן דעם עירוב, אזוי האט ער געטון און ער האט זוכה געווען צו זרע של קיימא.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - וויפיל מעג מען אראפנעמען פון צדקה געלט פאר זיך?
פרנסה, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך באקום ב"ה אסאך חיזוק פון די דרשות און שיעורים, א גרויסן יישר כח


איך וויל וויסן ווען איך גיי נאך געלט, וויפיל מעג איך אראפנעמען פאר זיך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אראפ נעמען פארוואס? אראפנעמען פארוועם? - פאר ציגרעטלעך? צו קויפן א טעלעפאן? ווער האט דיר געזאגט אז מען מעג אראפנעמען געלט פאר זיך ווען מען גייט נאך געלט?! געלט וואס מען נעמט צאם פאר צדקה דארף יעדע פרוטה גיין פאר די צדקה צוועק.


חס ושלום צו גיין נאך געלט און איינרעדן מענטשן אז מען נעמט צאם פאר א צדקה צוועק - ווען מען נעמט דאס געלט פאר זיך; עס איז זייער א גרויסע סכנה אויב מען רעדט איין מענטשן אז מען נעמט צאם געלט פאר צדקה ווען דאס איז נישט אמת. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה ח, ט) אז אויב מען גייט נאך געלט, מען רעדט איין מענטשן אז מען איז קראנק און מען דארף געלט זיך אויסצוהיילן, וועט דער סוף זיין אז מען וועט ווערן קראנק רחמנא לצלן; וואס מיינסטו צו פרעגן אראפנעמען געלט פאר זיך?


אך און וויי פאר די בחורים וואס גייען נאך געלט, זיי זאגן הכנסת כלה, ארעמע משפחות אדער א נאמען פון א ישיבה - ווען זיי געבן נישט דאס געלט פאר צדקה, זיי קויפן זיך מיט דעם ציגרעטלעך אדער טעלעפאונס; מען באקומט אויף דעם זייער א גרויסע שטראף. אויסער אז מען האט נישט קיין געלט, דאן מען מעג זיך מפרנס זיין פון צדקה, דעמאלט מעג מען צאמנעמען געלט צו קענען לעבן, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט (שלחן ערוך יורה דעה, סימן רנג) אז דער וואס האט נישט קיין געלט מעג נעמען פון צדקה; דאס איז עפעס אנדערש.

#23 - ווי אזוי זאל איך געבן די צדקה פאר מיין טאטע?
כיבוד אב ואם, פרנסה, חברים, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט קיין ווערטער צו באדאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר'ן מיר ממש געבן לעבן, אזוי ווי א טויטער מענטש וועט קיינמאל נישט קענען גענוג באדאנקען פאר דעם וואס האט אים מחי' מתים געווען. אין בין שוין טאקע אין די צוואנציגער יארן, אבער איך האב אנגעהויבן באמת צו לעבן ערשט לעצטנס ווען כ'האב אנגעהויבן הערן די שיעורים.


מיין טאטע איז א איד וואס זיצט א גאנצן טאג און לערנט, ער האט גארנישט אין לעבן אויסער תורה. איך האב זיך איינגעפירט אז איך געב יעדן חודש מיין מעשר און חומש פאר מיין טאטע, איך לייג עס אריין גלייך אין זיין באנק אקאונט (חשבון), איינער האט מיר אבער לעצטנס מעורר געווען אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג, ווייל מיין טאטע קען זיך שעמען אז זיין זון געבט אים געלט יעדן חודש, נאר איך זאל ענדערש געבן דאס געלט פאר א צדקה קאסע, און דורך זיי זאל עס אנקומען צו מיין טאטע, ס'זאל נישט גיין דירעקט פון מיר צו אים.


איך טראכט אבער אז אויב וועט ער זען ווי איך הער אויף אים צו געבן דאס געלט יעדן חודש ווי צוגעוואוינט, וועט עס אים מער וויי טון ווי ווען ער באקומט דאס געלט דירעקט פון מיר. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די פראגע איז, וואס דארפסטו דערציילן פאר אנדערע וואס דו טוסט? ווי קומט דאס אז א צווייטער זאל בכלל וויסן אז דו געבסט דיין צדקה פאר דיין טאטע - מיט אלע איינצעלהייטן אז דו געבסט עס אין זיין באנק וכו', וכו'? אז דו געבסט צדקה פאר דיין טאטע דארפסטו דאס נישט מיט קיינעם מיטטיילן; דאס איז צווישן דיר אינעם באשעפער, קיינער דארף נישט וויסן דיינע חשבונות.


בכללל איז גוט צו וויסן וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן פאר אינגעלייט וואס האבן אנגעהויבן א געשעפט אז זיי זאלן קיינמאל נישט דערציילן פאר קיינעם וויפיל מען פארדינט און וויפיל געלט מען האט אוועקגעלייגט וכו', וכו'. ווען אנדערע האלטן מיט די חשבונות קומט נישט ארויס פון דעם קיין גוטס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ח:): "אֵין הַבְּרָכָה מְצוּיָה אֶלָּא בְּדָבָר הַסָּמוּי מִן הָעַיִן", די ברכות קומען נאר ווען קיינער ווייסט נישט וויפל מען פארדינט.


זיי ממשיך מיט די צדקה, דוקא אויף דעם וועג וואס דו פלעגסט געבן ביז אהער; אין דעם זכות פון צדקה זאלסטו זוכה זיין אז דו זאלסט קיינמאל נישט דארפן אנקומען צו קיינעם נאר צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ישועה, סימן יג): "עַל יְדֵי צְדָקָה תִּזְכֶּה, שֶׁלֹּא תִּצְטָרֵךְ לִישׁוּעַת אָדָם", ווער עס געבט צדקה ווערט געבענטש אז ער וועט קיינמאל נישט דארפן אנקומען צו מענטשן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - פאר וועם געבט מען יא צדקה, און פאר וועם נישט?
הפצה, צדקה, זיכוי הרבים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ב"ה שיין פרנסה, און איך טייל אסאך צדקה, אסאך מאל זעט מיר אבער אויס אויף געוויסע מענטשן אז זיי גייען נישט פאר אן עכטע צוועק, נאר זיי זאגן סתם א צוועק צו מאכן אסאך געלט, ווען איך זע אזא מענטש געב איך געווענליך גארנישט.


איך ווייס נישט אויב איך טו ריכטיג, ווי אזוי קען איך וויסן פאר וועמען יא צו געבן און פאר וועמען נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען עס קומט צו געבן צדקה דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן ווי אזוי, ווען, און וואו צו געבן די צדקה. ווייל מיר געפונען (בבא בתרא ט:) ירמיהו הנביא האט געשאלטן די מענטשן פון שטאט אנתות אז אפילו ווען זיי געבן צדקה זאל עס נישט אנקומען צו די ריכטיגע צדקה, ער האט געבעטן דעם אייבערשטן: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אֲפִילוּ בְּשָׁעָה שֶׁכּוֹפִין אֶת יִּצְרָן וּמְבַקְשִׁין לַעֲשׂוֹת צְדָקָה לְפָנֶיךָ", אפילו ווען זיי געבן צדקה, "הַכְשִׁילֵם בִּבְנֵי אָדָם שֶׁאֵינָן מְהוּגָנִין", זאל די געלט אנקומען אויף נישט גוטע פלעצער, "כְּדֵי שֶׁלֹא יְקַבְּלוּ עֲלֵיהֶן שְׂכַר", כדי זיי זאלן נישט באקומען קיין שכר; עס קען זיין א מענטש זאל מיינען אז ער געבט צדקה אבער באמת האט ער נאך נישט מקיים געווען די מצוה פון צדקה זיין גאנץ לעבן, ווייל די געלט קומט אן צו א שקרן, א רמאי, א צבוע'ניק.


ווען מען קומט דיר בעטן צדקה און דו ווייסט נישט צי דאס איז אמת אדער א צבוע'ניק, איז גוט צו געבן עפעס אדער יענעם מפייס זיין; קיינמאל זאלסטו נישט אוועק שיקן א מענטש מיט א בזיון, מיט ליידיגע הענט. מען קען יענעם מכבד זיין מיט א טרינק, מיט עסן וכו', אבער קיינמאל נישט אוועק שיקן מיט ליידיגע הענט.


עס איז נישט דא קיין גרעסערע צדקה ווי צו געבן געלט פאר ספרים און קונטרסים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן; רבי נתן זכרונו לברכה זאגט (ליקוטי הלכות ברכת השחר, הלכה ה', אות לו): אויפ'ן פסוק (תהלים קיט, קמב): "צִדְקָתְךָ צֶדֶק לְעוֹלָם, וְתוֹרָתְךָ אֱמֶת", וועלכע צדקה בלייבט אויף אייביג? ווען מען געבט צדקה צו פארשפרייטן די לימודים פונעם צדיק וואס איז מגלה תורת אמת, ער ווייזט פאר אלעמען אז מען קען נאך צוריק קומען צום אייבערשטן – דאס בלייבט אויף אייביג.


בפרט אין אונזער דור וואו מיר געפונען זיך אין א וועלט וואס איז אנגעפולט מיט כפירות און אפיקורסות, און מען קען זייער גרינג אנקומען צו עבירות. עס ווערן געדרוקט יעדע רגע אזויפיל עקלדיגע און אויסגעלאסענע מאגאזינען וכו', עס ווערט פארשפרייט אזויפיל מאוויס און ווידיאוס פון עבירות, מען קען אזוי גרינג אראפפאלן אין שאול תחתית השם ישמרינו. אידישע קינדער ווערן אוועק געריסן פונעם אייבערשטן, און נאר די ספרים פונעם הייליגן רבי'ן האבן א כח און ברענגען צוריק אזויפיל אידן צום אייבערשטן, אפילו פון די ווייטסטע פלעצער; איז נישט דא קיין גרעסערע צדקה ווי דרוקן די ספרים.


וואויל איז פאר דעם וואס געבט זיין צדקה צו קענען דרוקן די ספרים, בפרט אז ער העלפט דרוקן די קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן - וואס עס איז ארויס גענומען די תמצית פון רבינ'ס ספרים, כדי עס זאל זיין גרינג צו פארשטיין פאר אלע וואס זענען שוין ווייט פארקראכן - איז נישט דא קיין גרעסער'ס פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - מעג מען געבן צדקה ביינאכט?
תפילה והתבודדות, שלאפן, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אויב וועל איך פרובירן אראפצושרייבן מיינע טיפע געפילן און שבחים אויף די געוואלדיגע שיעורים, פול מיט חכמה, מדות טובות, און יראת שמים, וועל איך אנפילן גאנצע בלעטער און נאכאלץ נישט ענדיגן, וועל איך צוגיין גלייך צו מיין פראגע.


איך בין א מיידל און איך בין א לערערין פאר יונגע קינדער, און ווען איך האב אן איבריגע מינוט הער איך אויס די שיעורים, און דאס געבט מיר די חיזוק און די עצות ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די קינדער, די עלטערן און די הנהלה זענען זייער צופרידן פון מיין ארבעט און צוגאנג צו די קינדער, און זיי ווייסן נישט אז עס קומט נאר פון די שיעורים, איך גיי נישט אריין אין קלאס איידער איך הער אביסל אויף חינוך פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך הער אסאך מאל אויך די גמרא שיעורים, און איך מיש אויף צום סוף צו הערן וועגן חינוך, האב איך איין טאג געהערט אינמיטן מישן א גמרא שיעור אז ביינאכט זאל מען נישט געבן צדקה ווייל דעמאלט איז די צייט פון די שדים. איך האב א מנהג, זייט איך האב געהערט אז דער רבי האט אלס קינד צעטיילט די מטבעות אויף אסאך פרוטות צו געבן אסאך צדקה, צו לייגן יעדן טאג א פרוטה אין די פושקע איינמאל אינדערפרי מיט א תפלה אויפ'ן טאג מצליח צו זיין, און סוף טאג פאר'ן ליינען קריאת שמע שעל המטה לייג איך נאך א פרוטה, און איך דאנק דעם אייבערשטן פאר'ן טאג. זאל איך אויפהערן צו געבן צדקה ביינאכט?


אגב פיר איך זיך צו רעדן צום אייבערשטן יעדע נאכט פאר'ן ליינען קריאת שמע, און איך זע קלאר ווי דער אייבערשטער הערט צו מיינע תפלות און העלפט מיר זייער אסאך, יעצט טראכט איך אבער אז אפשר איז ביינאכט נישט די ריכטיגע צייט פאר דעם? אבער למעשה האב איך נישט קיין אנדערע צייט ווען דאס צו טון מיט א רואיגקייט.


דער אייבערשטער זאל געבן ווייטער אסאך כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע געבן צדקה ביינאכט; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (פאה ח, ח) אז רבי חנינא בר פפא פלעגט טיילן צדקה ביינאכט, איינמאל האט אים דער שר פון די שדים געטראפן און אים געפרעגט: "עס שטייט דאך אין די תורה (דברים יט, יד): 'לֹא תַסִּיג גְּבוּל רֵעֲךָ' ביינאכט איז א צייט וואס באלאנגט פאר די שדים, נאכט איז נישט א צייט פאר מענטשן, פארוואס קומסטו אריין אין מיין פלאץ?" האט אים רבי חנינא גענטפערט: "עס שטייט (משלי כא, יא): 'מַתָּן בַּסֵּתֶר יִכְפֶּה אָף', אז מען געבט צדקה נעמט מען אוועק שלעכטס", ווען דער שד האט דאס געהערט האט ער זיך איינגעבויגן און אנטלאפן. פון דא איז דער מקור אז מען געבט נישט צדקה ביינאכט, מיט דעם אלעם זעט מען בפירוש אינעם פסוק, "מַתָּן בַּסֵּתֶר יִכְפֶּה אָף", אז ווער עס געבט צדקה שטילערהייט נעמט אוועק אלע שלעכטס און אלע קליפות וואס ווילן שלעכטס טון דעם מענטש.


מוהרא"ש זאגט נאך בשם צדיקים, אז אפילו עס ווערט געברענגט אין די פוסקים מען זאל נישט געבן צדקה ביינאכט, זאגן צדיקים אז עס איז כדאי צו באקומען אלע עונשים ווי איידער צו פארשעמען אן ארימאן ווען ער בעט צדקה, מיט'ן אים זאגן: "ביינאכט געבט מען נישט צדקה"; מיר דארפן מקיים זיין וואס רבי חנינא האט געענטפערט פארן ש-ד (משלי כא, יא): "מַתָּן בַּסֵּתֶר יִכְפֶּה אָף", אז מען געבט צדקה נעמט מען אוועק שלעכטס און אלע קליפות וואס ווילן שלעכט טון דעם מענטש ווערן אויס, בטל ומבוטל.


זייטס ממשיך צו רעדן צום אייבערשטן ביינאכט; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת דין, סימן מג): "מִי שֶׁמְּקַשֵּׁר אֶת עַצְמוֹ בַּלַּיְלָה לְמִדַּת אֱמוּנָה, נִמְתָּק מֵעָלָיו הַדִּין", ווער עס נעמט אריין אין זיך ביינאכט די אמונה, נעמט ער אראפ פון זיך אלע דינים; זייט זיך מתבודד ביינאכט, שמועסטס מיטן אייבערשטן, דערציילטס אים אלעס פון אייער טאג וועט איר אראפנעמען פון זיך אלע דינים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.

#20 - וואס טוט מען ווען דער לענדלארד פייניגט וועגן די רענט?
צדקה, רענט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער כסדר אייערע שיעורים און איך בין זיך זייער מחזק מיט זיי. איך הער אסאך ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט איבער די וויכטיגקייט פון צאלן דירה געלט, און פרוביר טאקע צו צאלן צייטליך יעדן חודש, כאטש וואס איך מוטשע זיך זייער און איך ארבעט שווער פאר פרנסה.


ס'מאכט זיך אבער צומאל וואס איך פארשלעפ זיך און איך צאל צוביסלעך די רענט, אבער יעצט האט דער לענדלארד ארויפגעלייגט אן עלעקטעראנישער שלאס אויפ'ן עלעוועיטאר, און יעדע משפחה באקומען א קארטל מיט וואס מ'קען נוצן דעם עלעוועיטאר, און אויב האט מען נישט אויסגעצאלט די רענט ביים ערשטן טאג פון חודש, ארבעט נישט די קארטל.


דאס קאסט מיר א ים מיט עגמת נפש פאר מיין גאנצע משפחה, אויב בין איך נישט אנגעקומען צו צאלן ממש אויפ'ן ערשטן טאג, דארף די גאנצע משפחה זיך ארויפשלעפן א שיינע פאר שטאק, און מ'ווערט פארשעמט פאר יעדן איינעם. אדער דארף מען גיין יעדעס מאל בעטן פון א שכן א גאנצע טובה צו קומען עפענען די עלעוועיטאר, און דאס איז זייער שווער.


איך ווייס נישט ווי אזוי א מענטש האט די הארץ אזוי וויי צו טון א גאנצע משפחה פאר אפאר דאלער וואס ער האט נישט באקומען פונקטליך אין צייט, איך האב שוין פרובירט צו רעדן צו אים, אבער דערווייל האט עס נישט געהאלפן, וואס נאך קען איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, 'דו ביסט נישט גערעכט'.


מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג מזהיר זיין אויף צאלן רענט; מוהרא"ש זאגט: "רענט קומט פאר אלעס", נישט דא אזא זאך מען זאל נישט צאלן רענט צייטליך, דאס ערשטע זאך דארף מען צאלן רענט; רענט קומט פאר עסן, פאר קליידער און פאר א קאר וכו' וכו'. אלעס קען מען זיך שאפן; מען קען שאפן עסן, קליידער וכו', אבער אז דו וועסט נישט צאלן קיין רענט וועסטו נישט האבן קיין דירה.


דו פרעגסט וואס נאך דו קענסט טון אז ער זאל דיר לאזן וואוינען? גיי נאך געלט וועסטו קענען צאלן צייטליך רענט. אין שלחן ערוך ווערט גע'פסק'נט (יורה דעה, סימן רנג, סעיף ב) אז ווער עס האט נישט קיין געלט קען גיין קלייבן צדקה פאר זיך; אויב מען האט נישט קיין געלט איז נישט קיין בושה צו גיין נאך געלט פאר זיך, א בושה איז אז מען צאלט נישט קיין רענט, א בושה איז אז מען בארגט געלט פון די גאנצע שטאט און מען באצאלט נישט וואס דעמאלט ווערט מען אנגערופן א רשע, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים לז, כא): "לֹוֶה רָשָׁע וְלֹא יְשַׁלֵּם".


איך בעט דיר, זיי נישט קיין אויבער חכם. גיי נאך געלט אז מען זאל דיר נישט ארויסווארפן פון דיין דירה; דו דארפסט נישט זאגן פאר וועם דו גייסט. אז מען פרעגט דיר פארוועם דו גייסט, זאג: "איך גיי נאך געלט פאר אן ארימע משפחה", און גלייך ווען דו האסט געלט זאלסטו דאס טראגן פאר דיין לענדלארד, ווארט נישט ביז דו האסט דעם גאנצן סכום, נאר וויפיל דו האסט זאלסטו אים ברענגען און אביסל מיט אביסל פולט זיך אן א שיסל, ביז דו וועסט קענען אפצאלן אלע דיינע חובות.


מאך נישט דיין לענדלארד פאר א שלעכטער מענטש מיט דעם וואס ער פארלאנגט מען זאל צאלן פונקטליך אין צייט; ער ווערט נישט קיין גנב ווען ער בעט זיין רענט צייטליך.


זע צו דאווענען שחרית, מנחה, מעריב מיט מנין; מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן: "אז מען דאוונט מיט מנין האט מען א דבר שבמנין (געלט)".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - קען מען יוצא זיין "קמחא דפסחא" דורכ'ן צאלן די געהאלט פאר מלמדים?
מלמדים, צדקה, פסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב באקומען א בריוו פון די מוסדות, צו געבן געלט פאר "קמחא דפסחא" צו קענען אויסצאלן די מלמדים אויף פסח. איך האב געוואלט פרעגן אויב מ'קען טאקע יוצא זיין מיט דעם דער ענין פון קמחא דפסחא, אויב איז עס פשוט צו צאלן געהאלט פאר די איינגעשטעלטע, דארף מען דאס צאלן, דאס איז נישט ווי מ'געבט פאר ארעמעלייט אויף פסח.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי א', י"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צו ענטפערן די שאלה; וואס איז א נפקא מינה פארן ארימאן ווען מען געבט אים געלט - צי די געלט קומט אים אלס געהאלט צי דאס איז באזונדער פאר פסח? וואס זאל דיר אנגיין אז מען צאלט מיט די געלט פון קמחא דפסחא זייער געהאלט?! אז די מלמדים ווערן נישט באצאלט וואכן נאכאנאנד וואלסטו זיך זיכער געדארפט משתתף זיין אז זיי זאלן האבן אויף יום טוב; דו קוקסט באלד אויס ווי דער וואס האט גע'טענה'ט צום רב אז מען נעמט צוזאם קמחא דפסחא און מען בא'גנב'עט די ארימעלייט ווייל מען ברענגט זיי פיש און פלייש אנשטאט מעל וואס דאס איז די אפטייטש פון "קמחא דפסחא" - מעל פאר פסח...


וואויל איז דער מענטש וואס געבט צדקה, דאס וועט אים ראטעווען פון אלע גזירות רעות; בפרט אז מען העלפט ארויס ארימע משפחות זיי זאלן קענען האבן אויף יום טוב ווערט מען ניצול פון אלעם שלעכטס.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): "'צְדָקָה תַּצִּיל מִמָּוֶת' רָאשֵׁי תֵּבוֹת 'מַצַּת', "סְגֻלָּה לָחֳלִי נוֹפֵל רַחֲמָנָא לִצְלָן, עס איז א סגולה ניצול צו ווערן פון די מחלה פון חולי נופל אז מען געבט צדקה, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קיב, ט): "פִּזַּר נָתַן לָאֶבְיוֹנִים" וואס דאס איז די רָאשֵׁי תֵּבוֹת 'נֶפֶ"ל'; דאס גייט ארויף סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. אויב א מענטש האט רחמנא לצלן די מחלה פון חולי נופל זאגט דער רבי ער זאל געבן צדקה, און דאס גייט אויך ארויף ברוחניות, אז א מענטש וואס זעט אז ער האלט אין איין פאלן און וויפיל ער וויל זיין ערליך און ער נעמט זיך פאר צו טון נאר גוטע זאכן, פאלט ער צוריק צו זיינע רגילות'ן וכו', זאל ער געבן צדקה.


דער אייבערשטער זאל מיר העלפן איך זאל קענען אויסצאלן אלע מלמדים און איינגעשטעלטע וואס ארבעטן מיט אזא איבערגעגעבנקייט פאר אונזערע קינדער, איך זאל קענען אויסצאלן זייער ארימע געהאלט וואס זיי פארדינען און זיי נאך קענען צו געבן באזונדער לכבוד יום טוב. הלואי זאל איך אנקומען צו קענען געבן פאר אלע מלמדים און איינגעשטעלטע באזונדער פאר יום טוב, הלואי זאל איך זיי קענען צאלן צייטלעך, אבער וואס זאל איך טון אז נישט אלע עלטערן צאלן שכר לימוד. עס ליגט אויף מיר א שווערע לאסט צו שאפן געלט פאר זיי וועכנטליך; געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן נישט קיין שטיצע פון אינדרויסן דארפן מיר זיך ווענדן צום אייבערשטן, און וואונדער איבער וואונדער, שוין ניין יאר - פון שנת תש"ע זייט די מוסד שטייט – האט דער אייבערשטער געהאלפן אז מיר האבן געקענט אויסצאלן די מלמדים אויף פסח נאר דורך תפלה פון אלע קינדער וואס בעטן יעדן טאג מיט די מלמדים פאר די מוסד אז מען זאל קענען באצאלן אלע איינגעשטעלטע.


איך האף דו האסט זיך משתתף געווען און דו האסט נישט געלאזט די מלמדים אויסגיין ביז'ן באקומען די תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו עסן דעם קרבן פסח אין ירושלים - (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#18 - ווי אזוי געב איך מיין מעשר געלט פאר הפצה?
הפצה, מוסדות, צדקה, מעשר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם מוז איך זיך באדאנקען פאר די ווארעמע דרשות און חיזוק, ס'איז ממש מחיה נפשות.


איך האב געמאכט עפעס אן אינוועסטמענט, און איך האב זיך אונטערגענומען אז א חלק פון די מעשר וועל איך געבן פאר הפצה. יעצט איז מיין שאלה וואס ס'גייט אריין אין גדר פון הפצה, נאר צו דרוקן ספרים, אשר בנחל און קונטרסים? אדער אויך צו פארשפרייטן די שיעורים און ניגונים, אדער אפשר פאר די טעלעפאן ליין וואו מ'קען הערן די שיעורים?


א גרויסן יישר כח, יחזקאל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יחזקאל נרו יאיר.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מזכה זיין אידישע קינדער זיי זאלן אויך וויסן פונעם הייליגן רבינ'ס עצות.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה זאגט (ליקוטי הלכות ברכת השחר, הלכה ה', אות לו): אויפן פסוק (תהלים קיט, קמב): "צִדְקָתְךָ צֶדֶק לְעוֹלָם, וְתוֹרָתְךָ אֱמֶת", וועלכע צדקה בלייבט אויף אייביג? ווען מען גיבט צדקה צו פארשפרייטן די לימודים פונעם צדיק וואס איז מגלה תורת אמת, ער ווייזט פאר אלעמען אז מען קען נאך צוריק קומען צום אייבערשטן – דאס בלייבט אויף אייביג.


דעריבער איז נישט דא קיין גרעסערע צדקה ווי צו געבן געלט פאר די ספרים; בפרט אין אונזער דור וואס מיר דארפן זייער וויכטיג האבן די ספרים, נאכדעם וואס מיר געפונען זיך אין א וועלט וואס איז אנגעפולט מיט כפירות און אפיקורסות, און מען קען זייער גרינג אנקומען צו עבירות. עס ווערן געדרוקט יעדע רגע אזויפיל עקלדיגע און אויסגעלאסענע מאגאזינען וכו' וואס דורך דעם ווערן אוועק געריסן אידישע קינדער פונעם אייבערשטן, און נאר די ספרים פונעם הייליגן רבי'ן האבן א כח און ברענגען צוריק אזויפיל אידן צום אייבערשטן, אפילו פון די ווייטסטע פלעצער.


וואויל איז פאר דעם וואס גיבט זיין צדקה צו קענען דרוקן די ספרים, בפרט אז ער העלפט דרוקן די קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן - וואס עס איז ארויס גענומען די תמצית פון רבינ'ס ספרים, כדי עס זאל זיין גרינג צו פארשטיין פאר אלע וואס זענען שוין ווייט פארקראכן - איז נישט דא קיין גרעסער'ס פון דעם.


פארבינד זיך מיט 'מוסדות היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג' און געב זיי איבער דיין נדבה; דאס וועט גיין פאר די ספרים, קונטרסים, גליונות און פאר אלע אופנים ווי אזוי מען קען נאר פארשפרייטן די ריינע אמונה פאר אידישע קינדער.


אין זכות וואס דו פארשפרייטס'ט די הייליגע דיבורים אויף די וועלט זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#17 - ווי אזוי קען איך האבן געלט, אז מיין טאטע האט גארנישט מיר צו געבן?
כיבוד אב ואם, לימוד התורה, פרנסה, בחור, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, און מיין טאטע האט נישט קיין פרנסה, ער האט אסאך חובות. אסאך מאל דארף איך עפעס קויפן אבער איך האב נישט פון וועמען צו בעטן געלט, ווייל מיין טאטע האט באמת מיר נישט צו געבן, און איך האב זיכער נישט. זאל איך אפשר גיין נאך צדקה? אדער זאל איך גיין ארבעטן?


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בלייב אין ישיבה לערנען תורה. דו וועסט נאך גענוג ארבעטן אין לעבן; נאך אביסל וועסטו חתונה האבן און דו וועסט דארפן ברענגען פרנסה פאר דיין משפחה, דעמאלט וועסטו יוצא זיין דעם (בראשית ג, יט): "בְּזֵעַת אַפֶּיךָ תֹּאכַל לֶחֶם"; דעריבער זאלסטו בלייבן לערנען די הייליגע תורה וועט דער אייבערשטער דיר העלפן אז דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך בקרוב.


אין שלחן ערוך הלכות צדקה ווערט גע'פסק'ט (יורה דעה, סימן רנ), אז ווער עס האט נישט קיין געלט מעג גיין נאך געלט; דעריבער אז דיין טאטע האט נישט קיין פרנסה, ער זינקט אין חובות און דו האסט נישט פון וועם צו בעטן געלט ווען דו דארפסט קויפן מלבושים וכדומה - מעגסטו גיין נאך געלט; אבער גיי נישט נאך געלט נאר פאר וואס דו דארפסט.


גיי נאך געלט פאר דיינע עלטערן; עס נישט דא קיין גרעסערע מצוה ווי דאס אז א קינד העלפט זיינע עלטערן. ביי אונז אין ישיבה איז דאס איינגעפירט ביי אלע בחורים, זיי גייען נאך געלט יעדע נאכט ביי הייזער און ביי חתונות; אביסל ברענגען זיי פאר די ישיבה און די איבעריגע געלט געבן זיי פאר די עלטערן, זיי צאלן אויס די באלאנס אין גראסערי, און ביי די פיש און פלייש געשעפט; זיי דערשמעקן אין שטוב וואו מען דארף געלט און פארוואס מען דארף געלט און שטעלן דאס צוזאם שטילערהייט.


עס איז נישט דא קיין גרעסערע מצוה ווי העלפן די עלטערן זיי זאלן קענען לעבן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרשה כו): "כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן און איך בעט פון ענק נאר איין זאך "איר זאלט מכבד זיין ענקערע עלטערן"; דעריבער זאלסטו בלייבן אין ישיבה לערנען פלייסיג. מיט דעם וועסטו מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן און ביינאכט זאלסטו העלפן דיינע עלטערן וויפיל דו קענסט.


אז דו גייסט צוזאמשטעלן געלט פאר דיינע עלטערן זאלסטו אכטונג געבן עס זאל זיין בדרך כבוד, ווייל עס איז גארנישט ווערד אז א קינד האלט אויס זיינע עלטערן און ער רעדט צו זיי מיט חוצפה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה פרק א, הלכה א): "יֵשׁ שֶׁהוּא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת, וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", עס איז דא אמאל א קינד וואס האלט אויס זיין טאטע, ער ברענגט אים צו עסן געשטאפטע גענז, מיט דעם אלעם וועט ער גיין אין גיהנום, "וְיֵשׁ שֶּׁהוּא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים, וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", ווידעראום איז דא אמאל א קינד וואס מאכט זיין טאטע טון שווערע ארבעט און אין דעם זכות וועט ער האבן גן עדן; ווי אזוי קען זיין א מענטש וואס געבט זיין טאטע צו עסן די בעסטע עסן זאל גיין אין גיהנום? ברענגט די גמרא אראפ א מעשה, עס איז געווען א מעשה בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה מַאֲכִיל לְאָבִיו תַּרְנְגּוֹלִים פְּטוּמִים, עס איז געווען איינער וואס האט אויס געהאלטן זיין טאטע, דער טאטע איז שוין געווען אלט, ער האט נישט געקענט ארבעטן און דער זון פלעגט אים ברענגען יעדן טאג געשטאפטע גענז, "פַּעַם אַחַת אָמַר לוֹ אָבִיו: בְּנִי, הַלָּלוּ מִנַּיִן לְךָ?" איין טאג פרעגט אים זיין טאטע: פון וואו האסטו אזעלכע געשמאקע גענז? "אָמַר לוֹ: זָקֵן, זָקֵן, אֱכֹל וּשְׁתוֹק, שֶׁהַכְּלָבִים אוֹכְלִים וְשׁוֹתְקִים", האט ער זיך אנגערופן צום טאטן מיט געשפעט: אלטע טאטע וואס רעדסטו אזוי פיל, שווייג און עס, אפילו הינט ווען זיי עסן בילן זיי נישט, פרעג נישט קיין קשיות, עס און שוין, "נִמְצָא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת, וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", קומט אויס אז אין הכי נמי, ער געבט טאקע צו עסן דעם טאטן, אבער ער וועט גיין ביים סוף אין גיהנום, ווייל ער רעדט מיט חוצפה.


נאכדעם איז דא איינער וואס נעמט דעם טאטן צו ארבעטן שווערע ארבעט און אין דעם זכות וועט ער גיין אין גן עדן, ווי אזוי איז דאס שייך? דערציילט די גמרא: "מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה טוֹחֵן בָּרֵחַיִים", עס איז געווען איינער וואס האט געארבעט שווער ביי א מיל, "שָׁלַח הַמֶּלֶךְ לְהָבִיא טוֹחַנִים לַעֲבוֹדָתוֹ", איין טאג האט דעם איד'ס טאטע באקומען א באפעל פונעם קעניג ער זאל קומען ארבעטן ביי אים אין פאלאץ, "אָמַר לוֹ לְאָבִיו, אַבָּא, הִכָּנֵס וּטְחֹן תַּחְתַּי וַאֲנִי אֵלֵךְ לַעֲבוֹדַת הַמֶּלֶךְ", האט דער זון געזאגט: טאטע, נעם איבער מיין ארבעט ביים מיל און איך וועל גיין אנשטאט דיר ארבעטן ביים קעניג, "אִם יַגִּיעַ לִידֵי בִּזָּיוֹן, אֶתְבַּזֶה אֲנִי וְלֹא אַתָּה", אז דו זאלסט נישט ווערן פארשעמט ביים קעניג, (אדער ווי רש"י זאגט (בבלי קידושין לא:): וַאֲנִי אֵלֵךְ תַּחְתֶּיךָ לַעֲבוֹדַת הַמֶּלֶךְ שֶּׁאֵין לָהּ קִצְבָה), "נִמְצָא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים, וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", קומט אויס אז דער האט געמאכט זיין טאטע ארבעטן שווער און ער באקומט שכר אויף דעם; זעט מען פון דעם אז עס איז נישט גענוג צו העלפן א טאטע בלויז מיט געלט, ווייל אויב מען רעדט מיט עזות וועט מען באקומען א גרויסער עונש.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין זיווג און האבן פרנסה בשפע אז דו זאלסט שטענדיג קענען העלפן דיינע עלטערן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#16 - ווען איך גיי נאך צדקה, זאל איך זאגן אז איך גיי פאר מיר?
חובות, תפילה והתבודדות, בזיונות, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די פריערדיגע בריוו וואס דער ראש ישיבה האט מיר צוריקגעשריבן, און א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות וואס העלפן מיר אויף יעדן טריט און שריט.


איך האב געוואלט פרעגן אויף דעם וואס דער ראש ישיבה זאגט אלעמאל אז אויב קען מען נישט דעקן די הוצאות, און מ'האט חובות, זאל מען גיין נאך געלט. איך פאלג און איך גיי צו עשירים נאך געלט, אבער נאכדעם טוט עס מיר זייער וויי ווייל די עשירים געבן מיר די זעלבע אדער ווייניגער ווי ווען איך וואלט ווען נישט געזאגט אז איך גיי פאר מיר אליין. זאל איך זאגן פאר וועם איך גיי אדער איז בעסער נישט צו זאגן? ווייל איך באקום ממילא נישט מער און איך האב סתם בזיונות דערפון. און איך ווער פארעקלט פון דעם.א


איך האב נישט קיין ווערטער ארויסצוברענגען מיין הכרת הטוב צום ראש ישיבה, זייט איך בין געוואויר געווארן פון די עצות וואס די ראש ישיבה לערנט מיט אונז האט זיך מיין לעבן געטוישט, ממש מן הקצה אל הקצה!


דער אייבערשטער זאל שענקען פאר'ן ראש ישיבה אסאך כח אנצוגיין ווייטער צו קענען פארשפרייטן דעם רבינ'ס און מוהרא"ש'ס עצות אז אנדערע אידן זאלן אויך וויסן אז מען קען לעבן א חיים טובים.


יישר כח פאר אלעס.


יעקב משה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב משה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיינע חובות אין וואס דו ביסט אריין געפאלן; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "הִנֵּה יֵשׁ עֲבֵרָה, שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵרָה הַהִיא, שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד, וַאֲפִילּוּ יַעֲשֶׂה כָּל טַצְדְּקִי דְּאֶפְשָׁר, וְהִתְפַּעֲלוּת, לא יוֹעִיל כְּלָל, וְיִהְיֶה בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא אן עבירה וואס דער עונש פון דעם איז אז דער מענטש ווערט א גרויסער 'בעל חוב'. און אפילו דער מענטש וועט טון אלעס אויף דער וועלט נישט צו זיין א בעל חוב, וועט ער אייביג בלייבן אין חובות; מוהרא"ש זאגט אז דאס איז די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה - פגם הברית רחמנא לצלן.


די עצה ארויס צו קריכן פון דעם איז, אז מען זאל תשובה טון; מען זאל וויינען צום אייבערשטן אז מען זאל קענען ארויס קריכן פון אלע חובות, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר; קוק ווי איך זינק אין שווערע חובות, איך ווייס אז איך בין זיך אליינס שולדיג, ווייל איך האב געטון עבירות וואס דער עונש אויף דעם איז אז מען ווערט א בעל חוב, איך בין נכשל געווארן אין פגם הברית, אבער רבונו של עולם איך וויל תשובה טון, זיי מיר מוחל אויף אלע מיינע שלעכטע מעשים. הייליגער באשעפער, דו ביסט דאך א חנון המרבה לסלוח, אז מען טוט תשובה ביסטו מוחל אויף אלע עבירות, בעט איך דיר, נעם מיך ארויס פון מיין זומפ, נעם אן מיין תשובה און העלף מיר ארויס צו קריכן פון מיינע חובות", אזוי זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן און לייג אריין דיינע אייגענע תפילות ובקשות.


עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך אז ווער עס האט נישט קיין געלט קען גיין נאך צדקה פאר זיך; געדענק גוט וואס איך האלט אין איין חזר'ן: "עס איז נישט קיין בושה צו גיין נאך געלט, אדער צו נעמען א פשוט'ע ארבעט וכו', א בושה איז אז מען בארגט און מען באצאלט נישט וואס אזוי ווערט מען אנגערופן א רשע, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים לז, כא): "לֹוֶה רָשָׁע וְלֹא יְשַׁלֵּם", א רשע בארגט און באצאלט נישט".


לאז אפ עשירים און חנפ'ע נישט קיינעם; געדענק וואס מוהרא"ש שרייבט אונז אין די צוואה, וזה לשונו: "אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר אִיר זָאלְט זִיךְ גוּט אַרַיין נֶעמֶען אִין קָאפּ אַז אִיר הָאט נִישְׁט קֵיינֶעם אוֹיף דֶער וֶועלְט. קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶער וֶועלְט קֶען אַייךְ נִישְׁט הֶעלְפְן, אוּן זִיכֶער קֶען קֵיינֶער אַייךְ נִישְׁט שְׁלֶעכְטְס טוּן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר נִישְׁט מוֹרָא הָאבְּן פוּן קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט חַנְפְ'עֶנֶען צוּ קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, וַוייל דָאס וֶועט אַייךְ גָארְנִישְׁט הֶעלְפְן, פַארְקֶערְט, דָאס וֶועט אַייךְ נָאר שָׁאטְן צוּם גֶעזוּנְט, וַוייל וֶוען מֶען פַארְלָאזְט זִיךְ אוֹיף מֶענְטְשְׁן, אוּן דֶערְנָאךְ זֶעט מֶען אַז יֶענֶער הָאט גָארְנִישְׁט גֶעקֶענְט הֶעלְפְן, יֶענֶער אִיז בִּכְלַל נִישְׁט אִינְטֶערֶעסִירְט דִיר צוּ הֶעלְפְן, דַאן וֶוערְט מֶען זֵייעֶר אַנְטוֹישְׁט, מֶען וֶוערְט זֵייעֶר צוּבְּרָאכְן אוּן צוּקְלַאפְּט פוּן דֶעם".


דערפאר חנפ'ע נישט קיינעם, טראכט נישט פון דעם עושר און פון דעם גביר; דו גיי ווייטער נאך געלט ביז דו וועסט אפצאלן דיינע חובות אין וואס דו דערטרינקסט זיך, ווייל ווי לאנג א מענטש האט חובות האט ער נישט קיין מח און אז מען האט נישט קיין מח קען מען נישט דינען דעם אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב". ווער עס וויל תשובה טון זאל אכטונג געבן פון האבן חובות.


ווען דו גייסט נאך געלט דארפסטו נישט זאגן אז דו גייסט פאר דיר וכו', נאר זאג "צדקה פאר אן ארעמע משפחה".


זע צו גיין נאך געלט יעדע צופרי - אפילו נאר ביי דעם מנין וואו דו דאווענסט שחרית מנחה מעריב. טראכט נישט: 'וואס וועט שוין זיין אז איך וועל מאכן אפאר דאללער, איך בין דאך שולדיג טויזענטער דאללער פאר מענטשן און גמח'ן', ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט:): "פְּרוּטָה וּפְרוּטָה מִצְטָרֶפֶת", אז דו האסט געמאכט א צענער, א צוואנציגער, גיי באצאל דאס; אזוי צוביסלעך וועסטו ארויס קריכן פון דיינע חובות.


איך ווייס אז עס איז שווער און דו שעמסט זיך, אבער געדענק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין פא.): "מוּטָב תִּכַּסְּפוּ בִּי בְּעָלְמָא הָדֵין, וְלָא תִּכַּסְּפוּ מִינֵיהּ לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ענדערש זאל א מענטש פארשעמט ווערן אויף דער וועלט ווי איידער פארשעמט צו ווערן אויף יענער וועלט; א מענטש וואס גייט נאך געלט צו באצאלן חובות איז אן ערליכע איד, עס איז בכלל נישט קיין בושה צו גיין קלייבן געלט, א בושה איז ווען א מענטש איז שולדיג געלט פאר מענטשן און ער זיצט ביי זיך אין שטוב און שטעלט זיך אהער ווי א שיינער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפגעראכטן ווערן און קענען באצאלן אלע דיינע חובות.

#15 - וויפיל צדקה דארף מען געבן? וואס טוט מען מ'מופט צו א נייע דירה?
שאלות, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך באדאנקען דעם ראש ישיבה פאר אלע שיינע זאכן וואס מען באקומט פונעם ראש ישיבה. יעדע דרשה וואס איך הער די אלע יארן איז ממש כמים קרים על נפש עיפה, נאך יעדע שיעור מאך איך אפ אז איך וועל פרובירן נאכאמאל צו פאלגן און אפשר דאס מאל וועט עס געלונגען...


איך וואלט געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה, א) בנוגע וואס עס שטייט אז וועם דער אייבערשטער האט ליב, שיקט ער אים צו אן ארימאן צו בעטן צדקה, איז מיין שאלה צי עס גייט אויך אן אין שול? ווייל איך פרוביר צו געבן מיין גאנצע מעשר געלט און צדקה געלט פאר די ישיבה, און אין שוהל ווי איך דאווען זענען דא זייער אסאך צדקה גייערס, עס קען זיין ביי איין מנין 20-25 גייערס, וואס אויב געב איך פאר יעדן אפילו נאר אביסל, נוצט זיך אויס כמעט די גאנצע צדקה געלט.


ב) אזוי ווי מארגן גיי איך אי"ה מופן, וואלט איך געוואלט וויסן אויב ס'איז דא עפעס ספעציעלע הנהגות ווען מ'מופט?


יישר כח פאר'ן אראפ נעמען פון די טייערע צייט צו ענטפערן פאר יעדן איינעם, דער אייבישטער זאל געבן פאר'ן ראש ישיבה כח און געזונט ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש.


מ.א. בארא פארק

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מ.א. נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון צדקה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט:): "שְׁקוּלָה צְדָקָה כְּנֶגֶד כָּל הַמִּצְוֹת", די מצוה פון צדקה איז אזוי גרויס ווי אלע מצוות פון די תורה; און פארקערט אויך, אויב מען געבט נישט קיין צדקה איז עס זייער הארב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם, י.): "כָּל הַמַּעֲלִים עֵינָיו מִן הַצְּדָקָה כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", אז מען געבט נישט קיין צדקה איז עס אזוי ווי מען דינט עבודה זרה.


עס שטייט אין זוהר הקדוש (פרשת וירא, קד.): ווען דער אייבערשטער האט ליב איינעם, שיקט ער אים א מתנה - אן ארעמאן; ווען א ארעמאן קומט צו דיר בעטן צדקה, זאלסטו טאנצן פאר שמחה אז דער אייבערשטער ווייזט דיר אז ער האט דיר ליב.


איך האב געהערט פון א איד וואס האט געעפענט א נייע געשעפט און ער האט גערופן מוהרא"ש זאל קלאפן מזוזות ביי אים אין געשעפט; האט ער מיר פארציילט, אז מוהרא"ש האט אים דעמאלט געזאגט די ווערטער: "זאלסט קיינמאל נישט אוועק שיקן אן ארעמאן אן אים צו געבן א נדבה; ענדערש זאלסטו געבן פאר הונדערט ארעמעלייט - פאר יעדן איינעם - איין דאללער, ווי צו געבן פאר איינעם א הונדערטער, און אוועק שיקן ניין אין ניינציג מיט ליידיגע הענט", און מוהרא"ש האט אים געזאגט: "אויב דו וועסט אכטונג געבן אויף ארעמעלייט, דו וועסט קיינמאל נישט פארשעמען אן ארימאן, אפילו ווען דו ביסט אנגעצויגן וכו', וועסטו האבן  גרויס הצלחה"; דאס זעלבע זאג איך דיר: "זאלסט ענדערש געבן פאר די געלט גייערס קלענערע סכומים, אבער זאלסט געבן פאר יעדן, ווי צו געבן פאר איינעם א גרויסע סומע און פאר אלע אנדערע גארנישט".


אויף דעם וואס דו פרעגסט אויף הנהגות ווען מען ציט זיך אריבער אין א נייע דירה וכו'; זאלסט אכטונג געבן אייביג צו געבן צדקה, און מען זאל קיינמאל נישט אוועק שיקן א איד פון שטוב אן דעם וואס מען זאל אים געבן א נדבה אדער עפעס עסן וכו'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שיר השירים רבה ו, יז): "א טיר וואס איז נישט אפען פאר צדקה, וועט זיין אפען פארן דאקטער ה' ירחם"; ווען א איד קומט צו דיר אין שטוב פאר א נדבה, זאלסטו נעמען אלע דיינע קינדער צום טיר, און אלע קינדער זאלן געבן צדקה. מען געבט פאר יעדן קינד א דאללער, און מען לערנט זיי אויס צו געבן צדקה, אזוי איז מען זיי מחנך צו וויסן דאס גרויסקייט פון צדקה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זיך אריבער ציען געזונטערהייט אינעם נייעם דירה, און נאר מאכן דארט שמחות, אמן.


 


 

#14 - פארוואס גייט מיין ביזנעס אזוי שוואך?
תפילה והתבודדות, פרנסה, פחדים, צדקה, דאגות, געלט, מעשר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס זאל איך טוען אז מיין ביזנעס גייט יעצט אביסל שטייט? איך בין געפערליך נערוועז און אנגעצויגן וועגן געלט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס וועט דיר העלפן דאס דאגה'נען, וואס וועסטו האבן פון דאגות? דאגות העלפט נישט, דאגות הרג'עט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין ק:): "לֹא תֵעִיל דַוְיָא בְּלִבְּךָ", זאלסט נישט ארום גיין מיט קיין דאגות, "דְגַבְרֵי גִיבָּרִין קָטַל דַוְיָא", ווייל דאגות האט שוין גע'הרג'עט אסאך גיבורים; ווען א מענטש לעבט מיט אמונה, ער ווייסט קלאר אז דער אייבערשטער איז אלעס - און אלעס איז נאר ער, יעדע זאך וואס פאסירט אויף די וועלט איז מיט א פינקטליכער חשבון, דעמאלט גייען אוועק אלע דאגות.


נעם אריין דעם אייבערשטן אין די ביזנעס וועט די ביזנעס מצליח זיין. די ערשטע זאך, הויב נישט אן טון ביזנעס איידער דו גייסט דאווענען, מען קען נישט מצליח זיין נאר אויב מען דאווענט די דריי תפילות מיט מנין, ביים דאווענען זאלסטו נישט קוקן אין טעלעפאן, נאר קוק אין סידור.


צווייטנס, זאלסט געבן מעשר, און בעט דעם אייבערשטן די צדקה זאל גיין פאר גוטע פלעצער. מען קען געבן צדקה, מען מיינט מען געבט צדקה און עס איז ליידער בכלל נישט קיין צדקה, בעט דעם אייבערשטן דיין צדקה זאל גיין צו אמת'ע צדקה.


האלט אין די אפיס א צדקה פושקע, לייג אריין שטענדיג צדקה - וועט זיין גרויס הצלחה.


ועל כולם זאלסטו יעדן טאג גיין א שפאציר זיך מתבודד זיין, רעד צום אייבערשטן אין דיין שפראך כידבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד. בעט אים דו זאלסט זיך נישט לאזן נארן, דו זאלסט געדענקען אז די וועלט איז נאר אן איבערגאנג צו די אמת'ע וועלט, צו די אייביגע וועלט, דו זאלסט קענען אריינכאפן גוטע זאכן, דאווענען און לערנען, און טון מצוות און מעשים טובים.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - דארף מען זיך דערשרעקן אז א נפטר נעמט ארום אין חלום?
פחדים, חלומות, צדקה, נשמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין ווייב וויל זייער איך זאל פרעגן איבער דעם וואס זי האט געהאט א חלום ווי אונזער זיידע וואס איז שוין נפטר נעמט איר ארום, און זי וויל וויסן אויב עס מיינט עפעס, צי זי דארף זיין דערשראקן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זאג פאר דיין ווייב זי זאל נישט זארגן, זי זאל געבן צדקה לעילוי נשמת דעם זיידן. אויבן אין הימל ווארטן די נשמות זייער שטארק אז מען זאל טון עפעס גוטס פאר זייער נשמה, און אז מען לייגט אריין א פרוטה אין פושקע לעילוי נשמת א זיידע אדער באבע - ווערט זיי זייער גוט.


ווער רעדט נאך אויב מען געבט די פרוטות צדקה פארן צדיק אמת, פארן רבינ'ס זאך, צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים וכדומה - איז דאס זייער א גרויסע תיקון פאר די נשמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - דער תיקון פון הפצה, איז אויך אויב מען צאלט געלט פאר א מפיץ?
קדושה, תשובה, הפצה, צדקה, זיכוי הרבים, הדפסה, תיקונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער תיקון וואס מוהרא"ש שרייבט אין אשר בנחל אז הפצה איז א תיקון הברית, איז דאס דוקא אויב מען טוט דאס אליינס מפיץ זיין? אדער קען מען אויך האבן דעם תיקון אויב מען צאלט געלט פאר א מפיץ?


איך וועל זיך פרייען צו באקומען אן ענטפער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מען טוט נאר פאר הפצה; סיי די וואס גייען אויסטיילן ספרים, גליונות און קונטרסים, סיי די וואס העלפן דרוקן די ספרים, סיי די וואס זענען מנדב צדקה צו דרוקן די ספרים וכו' וכו' - אלעס איז א תיקון הברית. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה", ווער עס וויל פאררעכטן די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - "שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן, מיטן מפיץ זיין די הייליגע ספרים פון רבי'ן און מיטן געבן צדקה צו דרוקן.


רבי נתן האט אונז צוואה געלאזט: "איך זאג אייך אן, אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, ס'זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'".


מיר האבן נישט קיין השגה אין דאס גרויסקייט פון הדפסה והפצה, ווי חשוב אין הימל איז די הייליגע זאך. דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזִי" קום און זע, "כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא" א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא" איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא" ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, ער איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי" ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי" ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי" קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ" ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט
געבענטשט יאר.

#11 - דארף איך זיך דערשרעקן אז מיין "קו החיים" טויג נישט?
תפילה והתבודדות, דאווענען, חכמות, מנין, צדקה, תמימות, קריאת שמע, חכמת היד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט א שיעור פון א גרויסער מבין אין "חכמת היד", און ער האט געזאגט ביים שיעור וואו און ווי אזוי עס זעט אויס די "קו החיים", די "ליניע פון לעבן" אויפ'ן האנט, און דאס האט מיר געמאכט שווער אויפ'ן הארץ, ווייל לויט ווי ער האט עס אראפגעלייגט און לויט ווי איך זע עס אויף מיין האנט, קוקט אויס אז איך וועל זיך מוטשען מיט אסאך פראבלעמען אין לעבן.


דאס האט מיך גאר שטארק דערשראקן, איך שפיר זייער אנידערגעשלאגן פון דעם. איך וויל בעטן דעם ראש ישיבה שליט"א אויב ער קען מיר אויסקלארן דעם ענין, ווייל למעשה שטייט דאך די זאך פון חכמת היד אין זוהר הקדוש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארפסטו זיך מבלבל זיין מיט די זאכן; דער רבי האט אונז געלערנט מיר זאלן נישט גיין אויף די וועגן פון קוקן די הענט וכו', נעמען וכו', דער רבי האט אונז געלערנט דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות, מען זאל נישט נאכגיין די זאכן, אזוי ווי עס שטייט (דברים יח, יג): "תָּמִים תִּהְיֶה עִם ה' אֱלֹקֶיךָ", זאגט רש"י: "התהלך עמו בתמימות, ותצפה לו ולא תחקור אחר העתידות, אלא כל מה שיבוא עליך קבל בתמימות, ואז תהיה עמו ולחלקו", עיין שם.


די חכמה פון קוקן אויף די קריצן פונעם האנט איז טאקע א חכמה וואס די סודות שטיין אין הייליגן זוהר (פרשת יתרו), אבער דאס האט נישט מיט אונז אידישע קינדער; א איד אז ער גייט אין שול דאווענען איין תפילה מיט מנין - ווערט ער א נייע ברי', עס איז נישט דער מענטש פון פריער, און אז מען ליינט איינמאל קריאת שמע מעגן די קריצן ווייזן אויף אלעס שלעכט - וועט אים נישט פאסירן די שלעכטס, און זיכער אויב ער געבט צדקה אדער ער טוט גמילות חסדים - דארף מען זיך גארנישט זארגן.


לאז זיך אפ פון די וואס רעדן די סארט דרשות פון חכמת היד, חכמת הפרצוף; דאס העלפט גארנישט אין לעבן און נישט פאר עבודת השם, עס איז א סכנה פארן מענטש. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יב): "כְּשֶׁאָדָם הוֹלֵךְ אַחַר שִׂכְלוֹ וְחָכְמָתוֹ, יוּכַל לִפֹּל בְּטָעוּתִים וּמִכְשׁוֹלוֹת רַבִּים, וְלָבוֹא לִידֵי רָעוֹת גְּדוֹלוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", ווען א מענטש גייט נאך זיין שכל און זיין חכמה, קען ער צוקומען צו מאכן גרויסע טעותים און צו גרויסע פראבלעמען, "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה", און אסאך זענען אינגאנצן אוועק געפאלן, "כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים, שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם", און איינגערעדט און פארפירט די וועלט מיט זייערע רשעות, "וְהַכֹּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל זיי זענען געגאנגען מיט זייערע חכמות. "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז, מען זאל פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און איידער מען טוט עפעס זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן וכו', עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - וואס טוט מען ווען א געלט-גייער רעגט זיך אויף?
מדות טובות, בזיונות, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איין טאג בין איך געשלאפן אויפ'ן קאוטש און איינער האט געקלינגען ביים טיר, מיין זון איז געגאנגען צום טיר און אן ארץ ישראל'דיגער איד זאגט אים "רוף דיין טאטע", איך האב פארשטאנען אז ער גייט נאך געלט, האב איך געגעבן פאר מיין זון א דאלער אים צו געבן.


ווען מיין זון האט אים עס געגעבן, זאגט ער אים ש'כח און ער געבט אים צוריק צוויי דאלער, און ער געבט א זאג "שלעכטע מענטשן וואוינען דא", און איך האב אים געזען פון די פענסטער אוועקגיין.


דארף איך זיך צוטון מאכן? האב איך אים געדארפט נאכלויפן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא ב', י' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דארפסט פארשטיין, אסאך פון די ארץ ישראל'דיגע געלט גייערס וואס קומען קיין אמעריקע - זענען זייער דערביטערט; זיי וואלטן געוואלט זיין אין שטוב מיט די משפחה, זיי שלעפן זיך ארום אין די פרעמד קלייבן א דאלער נאך א דאלער פאר די חובות פון חתונה מאכן די קינדער; מען דארף זיי דן זיין לכף זכות און רעדן שיין צו זיי.


איך האב אמאל מיטגעהאלטן א מעשה, א איד פון ארץ ישראל איז געקומען קלייבן געלט אין די כולל וואו איך האב געלערנט נאך מיין חתונה, און איינער פון די כולל אינגעלייט האבן אים געגעבן א פרוטה. דער משולח איז ארויס פון די גלייזן, ער האט זיך פארלוירן; ער האט אנגעהויבן ווארפן זיין גאנצע געלט אין די לופט, עס איז געווען זייער ווייטאגליך דאס צו זען.


פון היינט אן, ווען דו געבסט צדקה - זאלסטו איבערבעטן די געלט גייערס, זיי זאגן: "מיר האבן נישט מער, אז מיר וועלן האבן וועלן בלי נדר געבן שענערע סכומים". און אויך זיי ברענגען טרינקען; זומער ווען זיי גייען אין די היצן - זיי ברענגען א קאלטע טרינק, און ווינטער ווען זיי גייען אין די קעלט - זיי ברענגען עפעס ווארעמס; וועסטו זוכה זיין צו די אלע ברכות וואס די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא ט:): "והמפייסו בדברים מתברך באחת עשרה ברכות", עיין שם.


וואויל איז דעם וואס רעדט שיין און בעט איבער די געלט-גייערס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#9 - זאל מען בארגן געלט צו קויפן א קלייד פאר די ווייב?
חובות, שלום בית, צדקה, פסח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פארגאנגענע יאר האט מיר נישט געפעלט קיין געלט ברוך ה', אבער יעצט בין איך אנגעקומען צו א מצב אז איך האב נישט קיין געלט, און כדי נישט אריינצופאלן אין חובות האבן איך אויפגעהערט צו נוצן מיין קרעדיט קארד, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב אז יעצט וועלן מיר נישט קענען קויפן זאכן וואס זענען נישט אזוי וויכטיג, ווען עס קומט אבער צו שטוב זאכן, ווי עסן און דאס גלייכן, לאז איך איר איינקויפן רואיגערהייט.


איך האב אנגעהויבן אביסל גיין נאך געלט יעדן טאג, און איך זאג א גאנצן צייט פאר מיין ווייב אז נאך אביסל וועט אונז גרינגער ווערן און מען וועט קענען אלעס איינקויפן.


יעצט דארף מיין ווייב האבן א נייע קלייד פאר א חתונה, איך האב איך איר געזאגט אז יעצט קענען מיר זיך דאס נישט ערלויבן און זי וועט מוזן בארגן פון איינעם א קלייד, און שפעטער וועט מען אפשר קויפן אויף פסח מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


מיין שאלה איז אויב אויף צו קויפן א קלייד פאר די ווייב דארף מען יא בארגן געלט, דארף מען אלעס טון אז זי זאל גלייך האבן די קלייד וואס זי דארף?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בארג געלט אז דיין ווייב זאל האבן א קלייד, און גיי נאך געלט; עס איז נישט קיין בזיון צו גיין נאך געלט, זיין שולדיג חובות - דאס איז די גרעסטע בזיון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#8 - וואס זענען די מנהגים ביים זיך אריינציען אין א נייע דירה?
שלום בית, לימוד התורה, אמונה, ספרי ברסלב, אידישע שטוב, מנהגים, צדקה, מזוזה, דירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיינע שבת מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל, איך האב אזויפיל געדאנקט דעם אייבערשטן פאר דעם שיינעם שבת, ס'איז ממש נישטא קיין ווערטער, איך בין נאך גאר שטארק אונטער'ן רושם פון דעם שבת. אויך א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און בריוו, איך נעם מיין גאנצע חיות נאר פון די שיעורים און עצתו אמונה.


א גרויסן יישר כח פאר מיין שיינע לעבן, פאר מיין שיינע אידישקייט, דער אייבערשטער איז געווארן אזוי גוט און זיס אין מיינע אויגן, אמאל איז עס ליידער נישט געווען אזוי, מיין גאנצע לעבן איז פשוט שיין געווארן בזכותכם.


א צייט צוריק בין איך געווען אין יבנאל ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש, נאך אזויפיל בענקען דערצו, איך האב געהאט דארט א מורא'דיגע התעוררות, איך האב גאר שטארק געוויינט, איך האב געבעטן פון מוהרא"ש ער זאל אכטונג געבן אויפ'ן ראש ישיבה, אז איך זאל קענען ווייטער אטעמען, ווייל דאס איז מיין גאנצע לעבן, איך האב דערציילט פאר מוהרא"ש אסאך זאכן וואס איך האב באקומען פונעם ראש ישיבה. עס איז נישט גרינג ארויסצוברענגען די הרגשים, איך האב אבער פראבירט.


איך גיי אי"ה אריבער צו א נייע דירה אין די קומענדיגע טעג, איך האב א קליינע שאלה, מענטשן האלטן אין איין זאגן פארשידענע סגולות וואס מען דארף טון איידער מען גייט אריין אין א נייע דירה; מיין שאלה איז צי איך דארף עס טון, איך וועל זיך פרייען צו באקומען א קליינע הדרכה אויב עס איז נישט שווער, איך פארשטיי אז דער ראש ישיבה שליט"א איז פארנומען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי מיט שמחה אין דיין נייע דירה; די גרעסטע סגולה איז די מצות עשה פון קביעות מזוזה, דאס איז די גרעסטע שמירה פאר די דירה. דער זוהר הקדוש זאגט (תקוני זוהר, תקון י', דף כה.) "מְזוּזַת" איז די אותיות "זָז מָוֶת", די מזוזה היט די שטוב פון אלעם שלעכטס.


ברענג אריין ביי דיר אין שטוב דעם רבינ'ס ספרים, דאס איז א סגולה פאר שמירה, עס היט אפ די שטוב. דער רבי האט אונז געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנה): "כִּי סְפָרָיו הֵם שְׁמִירָה גְּדוֹלָה בַּבַּיִת לִשְׁמֹר", זיינע ספרים זענען א שמירה פאר די שטוב, "גַּם הָעֲשִׁירוּת וּמָמוֹן הָאָדָם מִכָּל הַהֶזֵּקוֹ", אויך זענען די ספרים א גרויסע שמירה פאר די געלט, "וְהִזְכִּיר אָז עָשִׁיר אֶחָד שֶׁהָיָה יוֹדְעוֹ וּמַכִּירוֹ, וְאָמַר, שֶׁגַּם אֵלָיו הִיא טוֹבָה גְּדוֹלָה שֶׁיִּהְיֶה הַסֵּפֶר שֶׁלִּי בְּבֵיתוֹ, כִּי יִהְיֶה לוֹ שְׁמִירָה גְּדוֹלָה לְכָל דָּבָר וְשֶׁתִּתְקַיֵּם עֲשִׁירוּתוֹ", דער רבי האט דערמאנט איינעם ביים נאמען, אן עושר וואס האט געהאלטן די ספרים אין שטוב, דורך דעם איז ער געבליבן רייך.


ועל כולם  - נעם אריין דעם אייבערשטן אין שטוב, זע עס זאל זיין נאר שלום אין שטוב, דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז שלום (שבת י.). זאלסט רעדן שיין צו דיין ווייב, אז זי זאגט דיר עפעס א ווארט וואס איז נישט לפי דיין כבוד - זאלסטו נישט ענטפערן; שלינג עס אראפ און זיי איר מוחל.


זאלסט קיינמאל נישט אוועקשיקן א געלט גייער; ווען מען קלאפט אין דיין טיר פאר צדקה - זאלסטו געבן לויט דיין יכולת, און דער עיקר זאלסטו מחזק זיין און מכבד זיין מיט א טרינק וכדומה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה ו, יז): "א טיר וואס מען עפנט נישט פאר צדקה - וועט מען דארפן עפענען פאר'ן דאקטער", השם ישמרינו; זאלסטו שטענדיג עפענען דיין טיר פאר צדקה.


זע צו לערנען אין שטוב; מאך זיך א קביעות צו האבן לכל הפחות א שיעור אין שטוב. אפילו מען לערנט אין שול, מען לערנט אין כולל - דארף מען האבן א שיעור אין שטוב, דאס היט די שטוב. די הייליגע חכמים זאגן (עירובין יח:): "כָּל בַּיִת שֶׁאֵין נִשְׁמָעִים בּוֹ דִּבְרֵי תּוֹרָה בַּלַּיְלָה אֵשׁ אוֹכַלְתּוֹ", א שטוב וואס מען הערט נישט דברי תורה ביינאכט - ווערט פארברענט; אז דו וועסט לערנען אין שטוב - וועט די תורה היטן דיין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.