תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
עס דרייט זיך ארום אין סאטמאר א ווארט בשם הרה"ק מסאטמאר זי"ע אז מען זאל נעמען פאר ענגליש טיטשערס דוקא גוים אדער מאדערענע אידן, כדי די קינדער זאלן וויסן אז דאס איז נישט זאכן וואס מען דארף אננעמען אזוי ערנסט; אויך זאגט מען נאך אז דער סאטמאר רבי זי"ע זאל האבן געזאגט אז מען זאל נישט רעדן ביי ענגליש פונעם אייבערשטן, ווייל מען וויל דאך אז די קינדער זאלן וויסן אז וואס מען רעדט דעמאלט ביי ענגליש איז נישט אן עיקר, און אויב מען וועט יא רעדן און דערמאנען פונעם אייבערשטן וועלן די קינדער ווערן צעמישט; אויך בשעת'ן שפילן זאל מען נישט אריינפרעגלען אייבערשטער אין יענע צייט.
ווען איך שרייב 'רעדן פונעם אייבערשטן', רעד איך נישט פון סתם זאגן 'אם ירצה השם' אדער 'ברוך השם', מען רעדט פון אריינפרעגלען אמונה, רעדן פון אידישקייט זאכן באריכות, דאס טוט מען נישט ביי ענגליש.
פונעם ראש ישיבה שליט"א האב איך אסאך מאל געהערט פארקערט, אז מען זאל יא אסאך רעדן פונעם אייבערשטן און אריינלייגן דעם אייבערשטן אין יעדע צייט און אין יעדע מצב. איינער האט מיר דערציילט איבער א ראש המדריכים וואס איז מקורב צום ראש ישיבה שליט"א און מען איז געווען ברוגז אויף אים ווייל ער האט גערעדט צופיל פונעם אייבערשטן בשעת'ן שפילן מיט די קינדער, זיי האבן גע'טענה'ט אז ווען ער מישט אריין דעם אייבערשטן אינמיטן שפילן, ווערט גרינג געשעצט די גאנצע רוחניות אין די קינדער'ס אויגן, "ווען מען שפילט שפילט מען, און ווען מען לערנט לערנט מען, מישט נישט צוזאם די יוצרות".
איך בין נייגעריג אויב דער ראש ישיבה שליט"א האט שוין געהערט פון די מימרות בשם דעם סאטמאר רבי'ן זי"ע, און וואס זענען די גדרים ביי דעם? אדער איז דאס גענצליך שקר דורכאויס, און מען טאר עס בכלל נישט איבערזאגן?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מען דארף רעדן מיט די קינדער וואס מער פון אמונה. ווייל דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער ברענגט אין זיין הייליג ספר ויואל משה, וואס וועט זיין אין אונזערע צייטן איידער משיח וועט קומען; ער ברענגט (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ) פון ספר שיחות הר"ן (סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין גרויסע אפיקורסים, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁיַּחֲזִיק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה בְּאֵלּוּ הָעִתִּים", וואויל איז פאר די וואס וועלן זיין שטארק אין די אמונה אינעם אייבערשטן, און דער רבי האט געזאגט: "אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל כְּלָל מַה שֶּׁהוּא מְסַפֵּר זֹאת, שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם וְשֶׁצְּרִיכִין לְהִתְחַזֵּק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה, כִּי אַף עַל פִּי שֶׁהוּא אוֹמֵר זֹאת אַף עַל פִּי כֵן מִתְגַּבֶּרֶת הָאֱפִּיקוֹרְסוּת וְהַבִּלְבּוּלִים", איך ווייס עס וועט נישט העלפן אז איך זאג שוין דאס אלעס פאראויס, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן אֲנִי מוֹדִיעַ זֹאת מִקֹּדֶם", דאך זאג איך יעצט וואס גייט זיין - "בִּשְׁבִיל אוֹתָן מְעַט הַכְּשֵׁרִים שֶׁיְּחַזְּקוּ עַצְמָן בֶּאֱמוּנָתָן", פאר די געציילטע ערליכע אידן, זיי זאלן זיך שטארקן, "וּבְוַדַּאי יִהְיֶה לָהֶם מִלְחָמוֹת גְּדוֹלוֹת בְּדַעְתָּן", זיי וועלן זיך דארפן אסאך שלאגן מיט די ביטערע נסיונות, "לְמַעַן יִהְיֶה לָהֶם לְמֵשִׁיב נֶפֶשׁ וְהִתְחַזְּקוּת וְהִתְאַמְּצוּת יוֹתֵר כְּשֶׁיִּרְאוּ שֶׁכְּבָר דִּבְּרוּ מִזֶּה מִקֹּדֶם", דאס וועט זיין פאר זיי גרויסע חיזוק ווען זיי וועלן זען אז מען האט שוין פון פריער געוואוסט וואס עס גייט זיין.
מיר זענען אין זייער א שווערע צייט, עס בוזשעווען לינקע ווינטן פון כפירות ואפיקורסות, מען דארף רעדן מיט קינדער וואס מער דיבורי אמונה, ווייל די נסיונות אין אונזער דור זענען זייער שטארק. מיר זענען אין עקבתא דמשיחא, אזוי ווי דער הייליגער סאטמערער רבי ברענגט אין זיין הייליגן ספר ויואל משה (שם), וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רכ): "שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל בָּעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין אין די וועלט אפיקורסות, "כִּי מִלְמַעְלָה יָבוֹא אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם", פון הימל וועט מען ברענגען אפיקורסות, "בִּשְׁבִיל נִּסָּיוֹן", כדי צו אויספרובירן ווער עס וועט זיין שטארק אין די אמונה, עס וועט זיין זייער שווער פאר די ערליכע אידן, דער רבי האט געקרעכצט און געזאגט: "אוֹי, אֵיךְ יוּכְלוּ לַעֲמֹד אֲנָשִׁים מוּעָטִים נֶגֶד כָּל הָעוֹלָם", ווי אזוי וועלן אזוי ווייניג מענטשן קענען שטיין קעגן די גאנצע וועלט...
סיי ביים שפילן, סיי ביים לערנען, שרייבן און רעכענען, ווי מען קען נאר - דארף מען אריינפלעכטן דיבורי אמונה, אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט און ער פירט אלעס, ער מאכט אלעס, נישטא קיין טבע, מקרה אדער מזל, און זיכער נישט לערנען וואס די מינים ואפיקורסים ווילן מיר זאלן לערנען מיט אונזערע הייליגע קינדער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.