שאלה אין קורצן ענין
#1 - זיך מקבל צו זיין א גוטע זאך פאר פערציג טעג?
ישועות, סגולות, קבלה טובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים און בריוו, ברוך השם אז עס איז אריבער אויף מיר א הערליכע פסח, א דאנק אלע עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך וויל פרעגן אויב עס איז א גלייכע זאך אז איך זאל מיך פארנעמען א גוטע זאך פאר פערציג טעג, אלס א זכות פאר א געוויסע ישועה? פון איין זייט איז עס גאר שטארק איינגעגעסן אין די וועלט, איבעראל הערט מען אז מען זעט ישועות ווען מען נעמט זיך פאר א גוטע זאך פאר פערציג טעג, אבער פון דער אנדערע זייט האב איך אביסל א געפיל אז מען סטראשעט דעם אייבערשטן, ווי צו זאגן "איך גיי זיין וואויל פאר פערציג טעג, און וועגן דעם מוזטו מיר יעצט געבן וכו'".


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די צוויי זאכן זענען נישט קיין סתירה, פערציג טעג איז א גוטע זאך. אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (צעטל קטן, סימן טז), אז מען קען אויסארבעטן די שווערע מידות דורך טון פערציג טעג פארקערט ווי מען איז געוואוינט צו טון. למשל אויב מען איז געבוירן מיט די מידה פון עקשנות זאל מען פאר פערציג טעג טון פארקערט ווי מען וויל, אדער ווער עס איז געבוירן געווארן מיט די שלעכטע מידה פון פוילקייט זאל זיך צוגעוואוינען פאר פערציג טעג צו טון אלעס שנעל און פלינק; סיי ביים גיין שלאפן, סיי ביים אויפשטיין, סיי ביים זיך אנטון די קליידער און וואשן די הענט, און גיין שנעל און פלינק אין שול, און אזוי ווייטער, און אויך דער וואס זיין נאטור איז זיך צו שעמען וואו מען דארף זיך נישט שעמען זאל זיך צוגעוואוינען פערציג טעג צו דאווענען אויפן קול און זיך שאקלען ביים דאווענען, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהילים לה, י): "כל עצמותי תאמרנה", אלע מיינע גלידער דאנקען דיך אייבערשטער, און אויך מאכן די ברכה ביי די תורה הויעך אויפן קול, ביז מען וועט אים העלפן פון הימל אוועק צו נעמען זיין שלעכטע בושה.


אויך דער וואס רעדט נישט קלאר קען אין פערציג טעג פאררעכטן זיין רעדן, דורך זיך צוגעוואוינען צוצולייגן קאפ ווען ער רעדט, סיי ביים לערנען און סיי ביים רעדן מיט מענטשן, "כי הרגל של כל דבר נעשה שלטון", ווייל א געוואוינהייט ווערט די נאטור, און אויך וועמענ'ס נאטור איז נישט צו זיין א מתמיד זאל זיך צוגעוואוינען פערציג טעג צו לערנען מער וויפיל ער איז צוגעוואוינט צו לערנען, "וכן מי שטבעו אינו מתמיד בלימודו, ירגיל את עצמו גם כן ארבעים יום וילמוד יותר מהרגל שלו", און ער זאל אריינקוקן אין צעטל קטן איידער ער הויבט אן לערנען, "ומשם ואילך מן השמים יעזרוהו להיות מוסיף והולך בשבירת מידות הרעות עד תומם", און פון דארט און ווייטער וועט אים דער אייבערשטער העלפן צו קענען אויסארבעטן די שלעכטע מידות.


דאס איז בנוגע די פערציג טעג. און אויף די פראגע אויב עס איז ריכטיג צו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל געבן א ישועה צוליב די פערציג טעג? דער רבי האט אונז געלערנט מיר זאלן קומען צום אייבערשטן אזוי ווי אן ארעמאן קומט און בעט ברחמים ובתחנונים, בעטן א מתנת חינם. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (רש"י דברים ג, כג), משה רבינו האט געבעטן דעם אייבערשטן ער וויל אריינגיין אין ארץ ישראל, ער וויל א מתנת חינם, או אומזיסטע טובה, "אַף עַל פִּי שֶׁיֵּשׁ לָהֶם לַצַּדִּיקִים לִתְלוֹת בְּמַעֲשֵׂיהֶם הַטּוֹבִים", כאטשיג משה רבינו וואלט ווען געקענט בעטן דעם אייבערשטן אז עס קומט אים די זאך פון אריינגיין קיין ארץ ישראל צוליב די מסירות נפש אלע יארן וואס ער האט געטון פאר כלל ישראל, "אֵין מְבַקְשִׁים מֵאֵת הַמָּקוֹם אֶלָּא מַתְּנַת חִנָּם", דאך בעטן זיי נישט דעם אייבערשטן אזוי, נאר זיי בעטן אן אומזיסטע טובה.


על כן מעגסטו זיך פארנעמען גוטע זאכן צו טון פאר פערציג טעג, און באזונדער זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות ער זאל זיך מרחם זיין אויף דיר און דיר געבן געזונט, נחת פון די קינדער, פרנסה, און בעיקר אויף לעבן מיטן אייבערשטן, לערנען און דאווענען.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.