שאלה אין קורצן ענין
#5 - זאל איך ענדערש פארן קיין אומאן, אדער ענדערש קיין יבנאל?
אומאן, שידוכים, חובות, התחזקות, יבנאל, ישועות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אן עלטערער בחור, איך ווארט שוין יארן פאר מיין שידוך, איך האב שוין פרובירט אזויפיל זאכן און סגולות, אבער דערווייל זע איך נאכנישט מיין ישועה. איך פרוביר צו זיין ערליך און תשובה טון, איך האב שוין געזוכט וועמען איך דארף אלץ איבערבעטן, איך זאג יעדן טאג פרשת הנישואין און תיקון הכללי, פארגאנגענע יאר האב איך געלערנט מסכת תענית יעדן טאג פון ט"ו באב ביז ראש השנה, איך בעט און איך זינג צום אייבערשטן אויף מיין מאמע לשון, איך פרוביר צו לערנען ח"י פרקים משניות פון צייט צו צייט, איך פרוביר צו לערנען אביסל גמרא, אבער דערווייל זענען די שערי שמים פארשלאסן.


איך שפאר יעצט געלט פאר א טיקעט, כאטש וואס איך קען נישט פארן אויף ראש השנה קיין אומאן, וויל איך כאטש פארן אינמיטן יאר, איז מיין שאלה אבער וואס איך זאל ענדערש טון, זאל איך ענדערש פארן קיין אומאן צום רבי'ן, אדער ענדערש קיין יבנאל אויסצוזאגן תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ענדערש זאלסטו פארן צו ביידע, סיי קיין אומאן און סיי קיין יבנאל; ווייל ווען מען דארף א ישועה איז געלט קיין אפהאלט, מען טוט אלעס אין דער וועלט וואס מען קען נאר טון - ביז מען באקומט די ישועה.


געלט טאר נישט זיין קיין אפהאלט פון פארן קיין אומאן און קיין יבנאל און אזוי אויך צו אנדערע מקומות הקדושים; אז דו האסט נישט קיין געלט זאלסטו בארגן, מוהרא"ש זאגט מען מעג בארגן געלט צו קענען פארן קיין אומאן. הגם מוהרא"ש האט אונז זייער שטרענג אנגעזאגט נישט צו בארגן געלט, דאך זאגט מוהרא"ש אז מען מעג בארגן און מען זאל בארגן געלט צו קענען פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון, דער רבי זארגט פאר די שפעזן, דער רבי האט בפירוש געזאגט: "איך זארג פאר ענקער שפעזן, די וועג צו מיר און די וועג אהיים".


יעצט איז נישט שייך צו פארן קיין ארץ ישראל, די גרעניץ איז פארמאכט, מען לאזט נישט אריין קיין חוץ לארץ'דיגע בירגער, יעצט איז נאר שייך צו פארן קיין אומאן צום רבי'ן; זאלסטו קודם פארן קיין אומאן און עוד חזון - וועסטו פארן קיין ארץ ישראל.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך, פארליר זיך נישט; עס איז פאר דיר אויך דא א שידוך, עס איז אנגעגרייט פאר דיר א פאר נאך פון איידער דו ביסט באשאפן געווארן; בלייב שטארק מיט דיין אמונה אינעם אייבערשטן, בעט אים איין מאל און נאכאמאל און א דריטע מאל און א פערטע מאל און טויזנט מאל - ביז דו וועסט באקומען דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - נאכ'ן בעטן אזוי שטארק, פארוואס זע איך נאכנישט די ישועה?
ישועות, סבלנות, תפילה והתבודדות, תשובה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין לאנג וואס איך זוך א צדיק וואס זאל מיר העלפן אין עבודת ה', אזוי ווי דער רבי שרייבט אז מ'דארף האבן א צדיק, און ברוך ה' אז איך האב געטראפן די בריוו און שיעורים וואס זענען מיר זייער מחזק צו דינען דעם אייבערשטן.


איך פרוביר צו זיין נאר וואויל און ערליך, דינען דעם אייבערשטן מיט'ן גאנצן הארץ און נשמה, דאווענען ווי עס דארף צו זיין מיט מתינות און כוונות, גיין יעדן טאג אין מקוה, און זיך היטן די אויגן און זיין נאר גוט און וואויל. ליידער בין איך אמאל געווען א גרויסער בעל עבירה, דורך א ספעציעלע מעטאד וואס איך בין דורך, האב איך זוכה געווען תשובה צו טון, איך וועל נישט אויסרעכענען דא פונקטליך ווי אזוי עס ארבעט, אבער די נקודה איז אז די זעלבע ברען און פייער וואס האט געברענט אין מיר פאר עבירות, האב איך איבערגעדרייט צו גוטן, צו ברענען נאר פאר'ן אייבערשטן. ברוך ה' אז איך האלט שוין דא.


אבער כאטש וואס איך פיל יעצט ברוך ה' א נאנטקייט צום אייבערשטן, זע איך אבער אז מיינע תפלות און בקשות וועגן פרנסה ווערן נישט געענטפערט, און איך דארף חיזוק אויף אמונה און בטחון.


איך האב געוואלט פארקויפן מיין דירה אין א צווייטע שטאט צו קענען קויפן א דירה דא וואו איך וואוין, אבער זאכן גייען נישט ווי איך וויל, איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אויף דעם פאר א האלבע יאר אין א צו, אויך האב איך צוגעלייגט ספעציעלע תפלות ביי שמונה עשרה, און איך האב געטון די סגולה אז פאר פערציג טעג האב איך זיך גאר שטארק אכטונג געגעבן אין קדושה, און דערווייל רירט זיך גארנישט צום גוטן, און כסדר קומען צו נאך פרישע שטרויכלונגען מיט געלט זאכן.


איך ווייס אז דער אייבערשטער טוט אלע נאר פאר מיין טובה, און ברוך ה' אז איך מיט מיין ווייב און אונזערע קינדער זענען ברוך ה' געזונט און שטארק, וואס פאר דעם קען איך נישט גענוג אויפהערן דאנקען און לויבן, און ברוך ה' אז אויף טאג טעגליכע פרנסה איז דא, אבער למעשה האב איך נאך א קלעם אין הארץ, ווייל איך האב געמיינט אז אויב וועל איך בעטן מיט'ן גאנצן הארץ וועט דער אייבערשטער מיר זיכער העלפן און אלעס וועט פארן ווי געשמירט, אבער דערווייל זע איך נאכנישט די ישועה.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי - החודש, מברכים ניסן, כ"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען ווארט מיט געדולד, מען האט סבלנות - זעט מען ביים סוף ווי אלעס איז געווען לטובה; מען קוקט צוריק, מען דערמאנט זיך וואס מען איז אמאל אריבער - זעט מען ווי שיין דער אייבערשטער פירט, ווי שיין דער אייבערשטער מאכט; טאקע פון די ביטערניש איז ארויסגעקומען זיסקייט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג חזר'ן דאס ווארט פון הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו (תורת משה כי תשא, דבור המתחיל וראית הב') וואס ער טייטשט דעם פסוק (שמות לג, כג): "וְרָאִיתָ אֶת אֲחֹרָי וּפָנַי לֹא יֵרָאוּ", יעדער איינער וויל זען דעם אייבערשטן, מען וויל פארשטיין 'וואס גייט זיין?' 'פון וואו גייט קומען די ישועה?' מען קען דאס אבער נישט זען, נאר אז מען קוקט צוריק זעט מען ווי דער אייבערשטער האט געהאלפן. מיט דעם טייטשט דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו: "וְרָאִיתָ - אֶת אֲחֹרָי", קוק אויף צוריק, קוק וואס פאר א חסדים איך האב געטון מיט דיר - וועסטו מיר זען; אבער "וּפָנַי - לֹא יֵרָאוּ", 'וואס וועט זיין? ווי אזוי וועל איך האבן די ישועה?' דאס ווייסט מען נישט און מען קען דאס נישט זען פון פאראויס, נאר מען דארף גלייבן, ווארטן, האפן און בעטן.


דו מיינסט יעצט אז דער אייבערשטער ברענגט דיר שלעכטס, אבער אז דו וועסט אויסווארטן וועסטו זען וואס פאר א ניסים עס וועט ארויסקומען פון דעם. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מדרש שוחר טוב, קיח): אויפ'ן פסוק (תהלים קיח, כא): "אוֹדְךָ כִּי עֲנִיתָנִי וַתְּהִי לִי לִישׁוּעָה", עס איז געווען א איד וואס האט זיך געגרייט צו פארן צו א ווייטע לאנד מאכן געשעפטן אין פארקויפן זיין סחורה, ער האט איינגעקויפט אסאך סחורה און ער האט אויך מיט גענומען עטליכע שותפים כדי צו קענען פארדינען אסאך געלט. ווען מען האט זיך ארויסגעלאזט צו פארן האט ער באקומען הויך פיבער וואס צוליב דעם האט ער נישט געקענט מיט פארן, זענען די אנדערע שותפים אליינס ארויסגעפארן אויפ'ן לאנגן וועג און מען האט אים איבער געלאזט. האט ער געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, מה עוונותי וחטאתי אז דאס האט מיר פאסירט?" און ער האט נישט געקענט אויסהאלטן די צער, עס האט אים זייער וויי געטון פארוואס פונקט ער, וואס ער איז אזוי ערליך וכו' - דארף איבערבלייבן און קען נישט מיטגיין. אפאר טעג שפעטער האט ער געהערט אז אלע רייזנדע אויפ'ן שיף זענען אומגעקומען פון א רויבעריי, מען האט זיי אלע גע'הרג'עט רחמנא לצלן און נאר ער איז געבליבן לעבן. האט ער אנגעפאנגען דאנקען דעם אייבערשטן (ישעיה יב, א): "אוֹדְךָ ה' כִּי אָנַפְתָּ בִּי, יָשֹׁב אַפְּךָ וּתְ'נַחֲמֵנִ'י", איך דאנק דיר אייבערשטער אז דו האסט אויף מיר געצערנט און מיר דערנאך געטרייסט, וואס אין דעם פסוק איז מרומז דעם הייליגן רבינ'ס נאמען וּתְ'נַחֲמֵנִ'י; ווייל דער רבי לערנט אויס מען זאל לעבן מיט אמונה און גלייבן אז גארנישט פאסירט נישט פון זיך אליינס, נאר דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט דיר; האסט א ווייב מיט קינדער אלע זענען געזונט, דאנק אים דו האסט פרנסה; נעם ארויס די קלעם פון הארץ, גלייב באמונה שלימה אז אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר איז נאר לטובה, וועסטו זען מיט דיינע אויגן די ניסים וואס וועט ארויסקומען פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - ווי אזוי דערהאלט מען זיך ביז מען באקומט די ישועה?
ישועות, סבלנות, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א ריזיגן דאנק פאר אלע שיעורים, איך בין זייער דאנקבאר און איך בין זיך זייער מחזק מיט די אלע עצות וואס איך באקום דא אין די הייליגע פלאץ היכל הקודש.


איך האב א שאלה ווי אזוי מען דערהאלט זיך ביז מען באקומט די ישועה אויף וואס מען בעט דערויף א גאנצן טאג? עס איז אזוי שווער ווען מען בעט דעם אייבערשטן און מען פילט ווי גארנישט געשעט. זעט ער מיין צער? וויאזוי איז מען זיך מחזק?


איך דארף נישט אויסרעכענען דא די דעטאלן פון אלעס וואס איך מאך מיט, ס'מאכט נישט קיין חילוק אויף די נושא, אבער ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט די התבודדות, אסאך מאל פארליר איך די מוט פון בעטן נאכאמאל, ווען איך זע ווי זאכן גייען מיר אזוי שווער, און איך בעט און בעט אזויפיל און איך זע נישט די ישועה.


ווי אזוי קען איך זיך שטארקן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ו' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, מען דארף האבן אסאך סבלנות אין לעבן; בפרט ווען עס קומט צו תפילה והתבודדות, מען בעט דעם אייבערשטן און מען זעט נישט ווי מען באקומט א ישועה; דארף מען האבן גאר אסאך סבלנות נישט אויפצוגעבן, נישט ווערן מיואש. ווייל חכמינו הקדושים זאגן (ברכות לב:): "אִם רָאָה אָדָם שֶׁהִתְפַּלֵּל וְלֹא נֶעֱנֶה, יַחְזוֹר וְיִתְפַּלֵּל", אויב א מענטש בעט דעם אייבערשטן אויף א זאך און ער זעט נישט זיין ישועה, זאל ער נאכאמאל בעטן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהילים כז, יד): "קַוֵּה אֶל ה', חֲזַק וְיַאֲמֵץ לִבֶּךָ, וְקַוֵּה אֶל ה'"; מען דארף זיך עקשנ'ען מיט תפילה, בעטן דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל ביז מען זעט גרויסע ישועות.


איך בעט דיר זייער, ווען דו בעטסט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן - זאלסטו בעטן מיט רחמנות, נישט חס ושלום גנב'ענען מיט כח. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וכו'", א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון אזוי ווי ער וויל, "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, יִתֵּן, וְאִם לָאו, לָאו", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן; אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט און אז ער וועט אים נישט נאכגעבן - איז נישט, אז מען נעמט מיט געוואלד קען מען ווערן זייער צעבראכן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סד.): "כָּל הַדּוֹחַק אֶת הַשָּׁעָה, הַשָּׁעָה דוֹחַקְתּוֹ", ווער עס עקשנ'ט זיך, ער זאגט 'עס מוז יעצט געשען דאס און דאס' - דער וועט ווערן זייער אנטוישט און צעבראכן.


וואויל איז דעם וואס ווארט אויס אויף זיין ישועה, ער האט סבלנות ביז זיין ישועה קומט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - האט דער אייבערשטער פארגעסן פון מיר?
חובות, ישועות, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, צרות, קשיות, פרנסה, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך נעם די קוראזש צו שרייבן דעם פאלגנדן בריוו, כאטש וואס איז אפשר נישט שיין און נישט אויסגעהאלטן צו זאגן וואס איך טראכט, אבער דאס איז דאך געווען די גאנצע סיבה פארוואס איך בין אנגעקומען צום ראש ישיבה שליט"א, פארוואס איך האב גענומען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר מיין מורה דרך, אז איך זאל קענען רעדן און דערציילן אפנהארציג וואס עס טוט מיר באמת וויי, וואס עס שטערט מיר אין לעבן, און אזוי וועט דער ראש ישיבה שליט"א מיר קענען מחזק זיין מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. דאס איז וואס האט מיר געפעלט, און פעלט מיר נאכאלץ, איך האב נישט געהאט א טאטע אדער רב מיט וועמען איך זאל זיך קענען אפן דורכרעדן וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ און יענער זאל מיר קענען העלפן, נישט אלעס פארדעקן און זיך מאכן אזוי ווי אלעס איז גוט און פיין.


און יעצט צום ענין; די חובות, ארעמקייט, נישט האבן גענוג געלט און פרנסה, פירט מיר ממש אראפ פון זינען.


איך זע נישט אז דאס דאווענען מיט מנין אין בית המדרש זאל מיר ברענגען פרנסה; איך זע נישט אז שחרית מנחה מעריב זאל מיר ברענגען פרנסה; איך זע נישט אז אסאך בלעטער גמרא און אסאך פרקים משניות זאל מיר ברענגען פרנסה; איך זע נישט אז מעביר סדרה זיין זאל מיר ברענגען פרנסה, סיי א וואך וואס איך בין יא מעביר סדרה און סיי א וואך וואס איך בין נישט מעביר סדרה האב איך סיי ווי אלץ נאר שאדנס און חובות; איך זע נישט אז זיך אנשטרענגען זיך צו היטן די אויגן, אכטונג געבן צו זיין נאר הייליג, זאל מיר ברענגען פרנסה; ארבעטן אויף קדושת הברית, ארבעטן זיך נישט אויפצורעגן, אכטונג געבן אויף מויל, זע איך נישט אז ס'זאל מיר ברענגען פרנסה; נישט אראפנעמען אדער שטיצן די בארד, זעט מיר אויך נישט אויס אז ס'זאל מיר ברענגען צינורות פון פרנסה; און רעדן שיין צו די ווייב, איר מכבד זיין, זיך אנשטרענגען איר צו מאכן פרייליך, ברענגט מיר אויך נישט קיין פרנסה און עשירות.


ביי מיר גייט עס נאר אז אדער גיי איך ארויס ארבעטן אכט ניין שעה א טאג, און דעמאלט לאז איך אינגאנצן אפ מיין עבודת ה', און אפילו דעמאלט וועל איך נישט האבן גענוג געלט פאר די טעגליכע אויסגאבן און צו צאלן חובות; אדער זאל איך ווייטער זאגן תהלים, מאכן התבודדות, לערנען שיעורים כסדרן און דאווענען די דריי תפלות ווי עס דארף צו זיין, אבער אויך בלייבן אנגעזעצט און דעפרעסט, אינגאנצן משוגע ווערן, און ווייטער אן קיין געלט אנצוגיין; א לעבן וואס איז מיר בכלל נישט ווערד.


ווען איך פאל אריין אין דעם פלאנטער פון חובות געלט און פרנסה, איז נישטא קיין שום זאך וואס קען מיר מאכן פרייליך. ווען איך טראכט נאר פון די שמחה וואס מיר ערווארטן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף בשעה טובה ומצלחת, ווערט מיר נאך ביטער אויפ'ן הארץ, עס וועט מיר נאך שווערער ווערן מיט פרנסה. איך שפיר ממש ווי איך ווער משוגע, איך גיי אראפ פון זינען, און איך האב נישט קיין וועג זיך צו בארואיגן און ווערן פרייליך.


איך ווייס דער ראש ישיבה שליט"א האט נישט קיין צייט צו מיר, און איך פארשטיי עס; ווי עס זעט אבער אויס האט דער אייבערשטער אויך נישט קיין צייט צו מיר כביכול, צו געבן פרנסה בריווח פאר עפעס א פארווארפענער אינגערמאן; האט דער אייבערשטער פארגעסן פון מיר?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן, מחזק זיין, און ווייזן א וועג ארויס פון מיין פלאנטער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


... פארליר זיך נישט, ... בארואיג זיך; א איד טאר נישט אזוי שרייבן, חס ושלום זאגן אז מצוות און מעשים טובים ברענגען נישט קיין גוטס.


ווען א איד טוט מצוות - געבט אים דער אייבערשטער גוטס; דאווענען מיט מנין ברענגט יא פרנסה, שחרית מנחה מעריב ברענגט יא פרנסה, לערנען גמרא און משניות ברענגט יא פרנסה, מעביר סדרה זיין שנים מקרא ואחד תרגום ברענגט יא פרנסה, נישט נאר פרנסה - נאר אלעס, מען לעבט א חיים טובים. היטן אות ברית קודש ברענגט יא פרנסה, און אויב חס ושלום מען איז פוגם בברית פארלירט מען די פרנסה. בארד און פיאות ברענגט יא פרנסה, און אויב מען שניידט די בארד און פיאות שניידט מען די פרנסה. רעדן שיין צו די ווייב ברענגט יא פרנסה, עס ברענגט עשירות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא, נט.): "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ", זייט מכבד די ווייב, "כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", אזוי וועט איר רייך ווערן.


אז עס איז דיר ביטער - זאלסטו דאס נישט אנהענגען אין דיינע גוטע מעשים, ענדערש זאלסטו זאגן (תהלים כה, יח): "'רְאֵה עָנְיִי וַעֲמָלִי', הייליגער באשעפער קוק מיין פיין, קוק מיין צער, 'וְשָׂא לְכָל חַטֹּאותָי', און זיי מיר מוחל אויף מיינע זינד"; עס ווערט געברענגט פון צדיקים (אגרא דפרקא, אות קכד) ווען א מענטש גייט אריבער א צרה זאל ער זאגן די ווערטער: "הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, רְאֵה עָנְיִי וַעֲמָלִי, קוּק צוּ מַיין פַּיין, מַיין פְּלָאג; אִיךְ בִּין אַזוֹי צֶעקְוֶועטְשְׁט, אִיךְ בִּין אַזוֹי אִין צַעַר, וְשָׂא לְכָל חַטֹּאותָי אוּן פַארְגֶעבּ מִיר מַיינֶע זִינְד, אִיךְ זָאל נִישְׁט דַארְפְן אַרִיבֶּערְגֵיין אוֹיבְן אִין הִימְל פַּיין פוּן גֵיהִנוֹם".


מוהרא"ש האט אונז דערציילט א מעשה, וואס עד היום לעב איך מיט די מעשה; דאס באגלייט מיר אויף טריט און שריט, איך טראכט שטענדיג פון די מעשה.


דער הייליגער צדיק, דער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו - האט געהאט זייער א שווערע דחקות, ער האט נישט געהאט וואס צו עסן, נישט געהאט וואס צו נעמען אין מויל; בנוסף לזה האט ער געהאט א שווערע פרוי, זי האט אים געגעסן די קישקעס, זי האט אים נישט אויפגעהערט צו עסן מיט שלעכטע ווערטער; טאג און נאכט האט זי אים געזאגט שלעכטע ווערטער. איין טאג איז דער צדיק געווען אזוי צעבראכן ביי זיך, ער האט געשפירט ווי ער קען מער נישט, ער האט געוויינט צום אייבערשטן, ער האט געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים געבן אביסל ווארעמקייט, אביסל ליבשאפט, ער קען מער נישט אזוי אנגיין איינער אליינס.


ער איז איינגעשלאפן, און ער חלומ'ט זיך ווי זיין נשמה גייט ארויף אויבן אין הימל אין די עולמות עליונים, מען פירט אים אריבער די ברענעדיגע גיהנום און ער זעט ווי די נשמות פון די רשעים פייניגן זיך, דארט הערט מען קולות, עס טוט זיך א געשריי. דער צדיק, דער הייליגער רבי זושא האט זיך זייער דערשראקן, ער האט דאס נישט געקענט צוקוקן, פלוצלונג קומט צו פליען א מלאך און זאגט אים: "זושא דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א שווערע ווייב און ארעמקייט, דאס איז שוין גענוג; פאר דיר איז אנגעגרייט א פלאץ אין גן עדן וואס (ישעיה סד, ג) 'עַיִן לֹא רָאָתָה אֱלֹקִים זוּלָתְךָ'".


ווען רבי זושא האט זיך אויפגעוועקט האט ער אנגעהויבן טאנצן, ער טראכט צו זיך: 'זאל מיין ווייב מיר געבן וויפיל בזיונות עס גייט, זאל מיר אלעס גיין שווער - פארט וויל איך זיך נישט טוישן מיט די צער פון גיהנום'.


טייערער ברודער, אז עס איז דיר ביטער שווער - זאלסטו נישט אפלאזן דיין דאווענען, לערנען און גוטע מעשים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה:) ווען א מענטש גייט אריבער שווערע ביטערע טעג און ער איז נישט מבטל תורה ותפילה - דאס איז יסורים של אהבה, דאס איז א מזבח כפרה. די הייליגע חכמים דערציילן (שם) רב הונא האט געהאט א גרויסע שאדן, עס איז אים פארדארבן געווארן פיר הונדערט פעסער וויין, זענען די הייליגע חכמים אים געגאנגען באזוכן און אים מחזק זיין, זיי האבן אים געזאגט: "לעיין מר במיליה", ער זאל תשובה טון, וועט ער צוריק רייך ווערן, האט רב הונא געפרעגט די חכמים: "מי חשידנא בעינייכו", איר זענט מיר חושד אויף נישט גוטע מעשים? האבן אים די חכמים געענטפערט: "ומי חשיד קודשא בריך הוא דעביד דינא בלא דינא", איז דען דער אייבערשטער חשוד אז ער ברענגט אויף א מענטש שלעכטס אומזיסט?


זיי ווייטער שטארק צו דאווענען מיט מנין, זיי שטארק מיט מעביר סדרה זיין און לערנען משניות, זיי ווייטער שטארק מיט שמירת הברית און געב אכטונג אויף דיין ווייב, רעד שיין צו איר - וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בריווח.


לייג אוועק דיין שאלה און ווארט אויף די ישועה, וועסטו קענען טון וואס אברהם אבינו האט געטון ווען ער האט מגלה געווען דעם אייבערשטן, ער האט געשריגן פאר אלעמען: "נאר מיט'ן אייבערשטן האט מען פרנסה", "נאר מיט'ן אייבערשטן האט מען לעבן", און מען האט געלאכט פון אים, מען האט אים געפרעגט: "וואו איז דיין געלט...?" ער האט געדארפט בארגן פון יעדן איינעם, אבער ער איז ווייטער געבליבן ביים אייבערשטן (בראשית יח, לג): "וְאַבְרָהָם שָׁב לִמְקֹמוֹ", אברהם אבינו איז נישט אוועק פון אייבערשטן.


נאכדעם שטייט (בראשית יג, ג): "וַיֵּלֶךְ לְמַסָּעָיו", זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה מא, ג): "הָלַךְ לִפְרֹעַ הַקָּפוֹתָיו", ער איז געגאנגען באצאלן יעדן איינעם; זאגט דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו (חתם סופר על התורה פרשת לך לך, דבור המתחיל וילך) חז"ל זאגן אונז דא, אז נישט נאר ער איז געגאנגען באצאלן זיינע חובות, נאר וואו אברהם אבינו איז געווען האט ער צו יעדן איינעם גערעדט פונעם אייבערשטן און ווער עס דינט דעם אייבערשטן האט געלט, אלע האבן געלאכט פון אים: "וואו איז דיין געלט? וואס רעדסטו אין די לופט וכו'?!" אויפ'ן וועג אהיים האט ער יעדן איינעם געוויזן זיין רייכטום, האבן אלע געזען אז נאר ווער עס דינט דעם אייבערשטן האט א לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - איך מוטשע זיך מיט אזויפיל פראבלעמען, ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?
ישועות, שלום בית, חינוך הילדים, רפואה, סבלנות, צרות, פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א ווייב וואס איז גייסטיש קראנק, זי איז שוין געווען אין שפיטאל אן א שיעור מאל. יעצט איז ברוך ה' שוין בעסער, ס'איז אבער נאכאלץ א זאך וואס מ'מוז לעבן דערמיט, זי נעמט שווערע מעדעצינען.


איך האב נישט קיין געהעריגע פרנסה, אדער בעסער געזאגט איך האב נישט קיין סימן ברכה אין די ביסל געלט וואס איך ברענג יא אריין, יעדע וואך בלי שום גוזמא דארף איך צוקומען צו יענעם פאר אפאר דאלאר.


מיין אינגל איז חוצפה'דיג וכו', דער מנהל פון ענגליש זאגט אז ער דארף נעמען מעדעצינען.


די היינטיגע טערעפיסטן און מחנכים באשולדיגן די עלטערן פאר אלעס וואס גייט נישט כשורה מיט די קינדער, ווען איך בין אויפגעוואקסן זענען די קינדער געווען די באשולדיגטע, היינט זאגט מען אונז צו געבן מער ליבשאפט וכו', אבער וואס מיר פרובירן אלץ צו טון איז נישט גענוג, איך בין אויך א מענטש און איך האב די דאגות פון מיין ווייב און פון פרנסה.


איך האב אסאך מער וואס צו שרייבן. אבער איך האב נישט קיין כח.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיין הארץ גייט אויס פאר דיר ווי שטארקט דו מוטשעסט זיך מיט דיין ווייב, מיט דיין פרנסה און מיט חינוך הבנים. איין זאך בעט איך דיר זייער, האב נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, זיי שטארק מיט אמונה אינעם אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דו ווייסט וועם דער אייבערשטער האט ליב? דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד"; א מענטש וואס עס גייט אריבער אויף אים ביטערע שווערע נסיונות און ער דערהאלט זיך - אים האט דער אייבערשטער ליב.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן; וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, פונעם אייבערשטן גייט נישט ארויס קיין שלעכטס. אז עס איז דיר אזוי שלעכט און אזוי ביטער זיי זיך מבטל צום אייבערשטן, דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אז עס איז גאר ביטער איז מען זיך אינגאנצן מבטל", האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "אֵיךְ מְבַטְּלִין עַצְמוֹ", ווי אזוי איז מען זיך מבטל? האט אים דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט זיך די מויל און די אויגן - דאס איז ביטול", דאס הייסט, מען פרעגט נישט קיין קשיות, מען טראכט נישט קעגן די אמונה; דאס זענען די לימודים וואס דער רבי לערנט מיט אונז.


זוך דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר; דאנק דעם אייבערשטן אויף דאס גוטס, לויב אים אז דיין ווייב איז שוין אביסל בעסער, זי איז שוין אין שטוב. דאנק אים אויף דאס ביסל פרנסה וואס דו האסט; מיט'ן דאנקען דעם אייבערשטן וועסטו זיך מאכן א כלי לקבל, דו וועסט באקומען נאך מער פרנסה.


אנטלויף נישט, ווארט אויס אויף די ישועה, אז דו וועסט האבן געדולד, דו וועסט אויסווארטן אויף די ישועה - וועסטו זען גרויסע ניסים. דער רבי האט דערציילט (כוכבי אור, סיפורים נפלאים) עס איז געווען א גוי וואס האט זיך געדריידט מיט ארעמעלייט און ער האט געהערט ווי די אידן שמועסן צווישן זיך אז נאך אביסל קומט שוין דער יום טוב פסח, האט ער זיך אינטערעסירט וואס איז דאס פסח? האט מען אים דערציילט ווי שיין דער יום טוב איז, מען פראוועט א סדר און אלע אידן, אפילו ארעמעלייט - עסן א רייכע סעודה; מען זיצט ביים טיש ווי קעניגן, מען עסט און מען טרינקט און מען איז פרייליך. די ארעמעלייט האבן אים געזאגט אז עס לוינט זיך צו פאסטן אפאר טעג פאר יום טוב כדי מען זאל זיין גוט הונגעריג צום סדר. דער גוי האט געטראכט צו זיך: 'איך מוז דאס אויספרובירן, איך וועל מיך פארשטעלן ווי א איד און איך וועל גיין צו א סדר, איך וויל כאטש איינמאל אין לעבן האבן א גוטע סעודה'. למעשה האט מען אים נישט דערציילט אז מען הייבט נישט אן מיט 'שלחן עורך', נאר קודם זאגט מען די הגדה און מען עסט א שטיקל גרינצייג ווייניגער ווי א כזית, און נאכדעם מוציא מצה און מרור וכו' וכו'; פסח ביינאכט האט זיך דער גוי איינגעלאדנט ביי א איד צו זיין ביים סדר, און ער זיצט ביים סדר און ער ווארט און ווארט צו עסן די שיינע סעודה, ווען עס איז געקומען צו מרור און ער איז שוין געווען זייער הונגעריג, האט ער געטראכט אז מען האט אים דא זיכער אויסגעשפילט, ווייל ער ווארט אזוי לאנג אויף די סעודה און מען דריידט ארום מיט אים, האט ער זיך אויפגערעגט און אנטלאפן.


שפעטער ווען ער האט געטראפן זיינע חברים האט ער זיי דערציילט די גאנצע מעשה, אז מען האט אים געלאזט אויסהונגערן, ביז מען האט אריין געברענגט א שארפע עסן וכו' וכו', האבן זיי אים געזאגט: "א שאד אז דו ביסט אנטלאפן פאר שלחן עורך, ווען דו ווארטסט ווען אויס נאך אביסל וואלסטו געהאט א הערליכע סעודה".


דערפאר בעט איך דיר, זאלסט נישט אויסקוקן ווי דער גוי וואס איז אנטלאפן פאר שלחן עורך, ווארט און האב געדולד, אנטלויף נישט מיט'ן ביטערן טעם אין מויל, ווארט אויס אויף דיין ישועה.


בנוגע דיין זון; מען קען יעדן קינד אנקוקן ווי א מחוצף און מען קען יעדן מחוצף אנקוקן ווי א טייער קינד, אז דו קענסט זיך קוים דערהאלטן - וואס ערווארסטו פון דיין זון? ער איז יונג, ער האט ווייניגער כח זיך צו קענען דערהאלטן אין אזעלכע שווערע מצבים, אז דער טאטע וועט זיין שטארק, דער טאטע וועט זיין פרייליך - וועט דער זון אויך זיין פרייליך און שטארק, ער וועט פאלגן און זיין א וואויל קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.