תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב ברוך ה' באשטעלט פונעם בית הדפוס אביסל מער פון צוויי הונדערט קונטרסים, ווען עס קומט אן וועל איך אי"ה גיין יעדן טאג הפצה פאר א שעה צוויי, אין איין מאל א וואך וועל איך אי"ה שיקן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א א חשבון וויפיל הפצה איך האב געמאכט יענע וואך.
ווי אזוי זאל איך גיין הפצה, קודם בעטן צדקה אדער קודם געבן א ספר? און וואס זאל איך טון מיט די צדקה געלט? און זאל איך נעמען א חלק פון די געלט פאר מיך? און אויב יא, וויפיל?
איך זאג יעדן טאג די תפילה אויף שמחה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשיקט, קען איך בעטן מיר צו מאכן אויך א תפילה פאר הפצה, אז איך זאל מאכן הפצה אויך ביים היימישן עולם, נישט נאר ביי די נישט היימישע, אין אז איך זאל זיך נישט שעמען?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ג' פרשת וירא, י"ג מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
בנוגע זיך שעמען וכו'; וויסן זאלסטו, דער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תיקון להוצאת זרע לבטלה", א תיקון פאר פגם הברית, "שישתדל להחזיר בני אדם בתשובה", מען זאל צוריקברענגען מענטשן צום אייבערשטן, און מוהרא"ש שרייבט אן א שיעור מאל אין די בריוו אז ווער עס וויל פאררעכטן זיינע נישט גוטע מעשים זאל עוסק זיין אין פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די וועלט, דאס איז די גרעסטע תיקון, דאס איז מכפר אויף אלעס; דעריבער וואס דארפסטו זיך שעמען? און פון וועם זאלסטו זיך שעמען? דער עיקר דארפן מיר טראכטן וואס צו טון מיט די בושות אויף יענע וועלט ווען מען וועט שטיין פארן אייבערשטן, פאר די נשמות פון די עלטערן, פון די פריערדיגע צדיקים; וואס וועלן מיר ענטפערן פארן אייבערשטן? די בושות וועט זיין זייער שרעקליך. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (חגיגה ד:) ווען דער הייליגער רבי אלעזר פלעגט לערנען די פרשה פון יוסף מיט די שבטים, ווי די תורה דערציילט אז ווען יוסף האט זיך אנטפלעקט צו די שבטים און געזאגט "אני יוסף" - האבן זיי זיך זייער פארשעמט, פלעגט רבי אלעזר ווייינען און געזאגט: "מה-דאך ווען א בשר ודם האלט פאָר, זאגט די תורה זיי זענען שרעקליך פארשעמט געווארן, זיי האבן נישט געהאט וואס צו זאגן, איז וואס וועל איך טון ווען דער אייבערשטער וועט מיך פרעגן אויף מיינע מעשים, וואס וועל איך דעמאלט טון...?"
בנוגע ווי אזוי צו געבן די ספרים וכו'; קענסט טון ווי אזוי עס איז דיר גרינגער, און אז עס איז דיר ביידע וועגן שווער - זאלסטו אנהייבן ערשט געבן דעם ספר, און אז יענער נעמט עס בעט צדקה, און אויב יענער זאגט ער דארף נישט - זאלסטו אויך בעטן צדקה. די געלט זאלסטו צעטיילן אין האלב, האלב זאלסטו געבן פאר צדקה פארן דרוקן די ספרים פון הייליגן רבי'ן, און האלב קענסטו נעמען פאר דיר.
בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל נישט פארגעסן ווי אזוי איך האב אויסגעזען איידער איך האב געפינען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, איך זאל שטענדיג געדענקען וואס די ספרים האבן מיט מיר געטון, ווי דאס האט מיך געברענגט צו לערנען, ווי עס האט מיך איבערגעדרייט מיין מח איך זאל טראכטן פון דיר און בענקען צו דיר אייבערשטער, און בפרט וואס די ספרים האבן מיך געראטעוועט מיין שלום בית און מיין חינוך הילדים, בעט איך דיר רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן, איך זאל עוסק זיין מיין גאנץ לעבן אין מפיץ זיין ספרי רבינו, צו געבן די גוטע לעבן וואס דער רבי האט מיר געברענגט - פאר אלעמען, איך זאל גיין פארשפרייטן די זיסע וואסער פון רבי'ן, די עצות פונעם נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה פאר אלעמען, און ספעציעל פאר די ערליכע אידן וואס זוכן אזוי שטארק צו זיין ערליך, און עס גייט זיי נישט, זיי זענען פארבלאנזשעט, קיינער ווייסט נישט וואו משה רבינו געפינט זיך, דער שרייט דא, דער שרייט דא, עס איז דא אזא צעמישעניש אין די וועלט, פאר זיי זאל איך געבן די ספרים פון רבי'ן, די גוטע עסן פון דער בעל תפילה, און זיי אלע מקרב זיין צו דיר".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.