שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואו זענען אלע תפלות וואס מיר האבן מתפלל געווען פאר שמעי ע"ה?
תפילה והתבודדות, אמונה, קשיות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס טוט מיר אזוי וויי אז שמעי ענדצווייג ע"ה איז נפטר געווארן, און נאך מער שטעכט מיר וואו זענען געגאנגען די אלע תפלות און טרערן וואס מ'האט פארגאסן צו בעטן דעם אייבערשטן פאר זיין רפואה.


איך ווייס נישט נאך פון נאך א מענטש וואס האט אזויפיל מתפלל געווען, אזויפיל געוויינט און געבעטן, ווי שמעי ע"ה.


איך שעם זיך צו זאגן, אבער איך בין געשטאנען ביי זיין לויה און זיך געבראכן קאפ אויב אזויפיל תפלות און אזויפיל טרערן זענען נישט געענטפערט געווארן, ווי אזוי קען איך זיך נאך שטארקן ווייטער צו בעטן און מתפלל זיין, ווי אזוי קען איך האפן אז דער אייבערשטער וועט ענטפערן מיינע תפלות וואס זענען נישט מיט טרערן און נישט אזויפיל שעות, און נישט מיט אזא צעבראכן הארץ, און נישט פון אזא ריין הארץ ווי שמעי?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז פאר אונז זייער שווער אראפצושלונגען די ביטערע נייעס אז מיר האבן פארלוירן א טייערע תלמיד הישיבה - שמעי עליו השלום.


מיר ווייסן גארנישט און מיר פארשטייען גארנישט, מיר ווייסן נאר איין זאך אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט. מיר דארפן שטענדיג חזר'ן: "מיר ווייסן גארנישט און מיר פארשטייען גארנישט"; דער אייבערשטער פירט די וועלט, "אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא (דברים לב, ד)", פארוואס? פאר ווען? און פאר וואו? דאס האט נישט מיט אונז.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נב): דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ", און דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל - חס ושלום; קומט אויס אז דאס איז דער שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר פארשטייען אים נישט. אבער דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


יעדע "פארוואס?" איז א קשיא אנטקעגן די אמונה; מוהרא"ש זאגט: "לָמָה? יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם" - א גוי פרעגט פארוואס, א איד פרעגט נישט פארוואס, א איד גלייבט אינעם אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט ווי אזוי? אט אזוי, אזוי ווי עס גייט, אזוי איז גוט -  "אַשְׁרֵי הָעָם שֶׁכָּכָה לוֹ", וואויל איז פאר א איד וואס ער האט נישט קיין קשיות, נאר ער חזר'ט שטענדיג: "שֶׁכָּכָה לוֹ".


ווען מען זעט ווי יונגע מענטשן ווערן אוועקגעריסן פון די וועלט דארף מען געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי ברכות כ.) אז דער הייליגער תנא רבי עקיבא איז אמאל געזיצן מיט זיינע תלמידים און געלערנט תורה אונטער די שאטן פון א פייגן בוים, ווען עס איז געקומען די צייט וואס די פייגן הייבן אן ווערן געצייטיגט האבן זיי געזען ווי דער בעל הבית שטייט אויף יעדן אינדערפרי נאך פאר זיי קומען לערנען אראפ נעמען די געצייטיגע פייגן, זיי האבן זיך זייער געוואונדערט פארוואס ער שטייט אויף אזוי פרי דאס צו טון, זיי האבן געטראכט אז מן הסתם איז דער בעל הבית זיי חושד און ער האט מורא אז זיי וועלן גנב'נען פון די געצייטיגטע פייגן, דעריבער פעדערט ער זיך יעדן אינדערפרי אראפצונעמען די פרישע געצייטיגטע פייגן, האבן זיי מחליט געווען אז זיי וועלן גיין צו א צווייטע פלאץ. ווען דער בעל הבית האט געזען אז זיי זענען אוועק פון די שאטן פון זיין בוים האט דאס אים זייער געשטערט, ער האט זיי געזאגט: "אַף חֲדָא מִצְוָה דַּהֲוִיתָן נְהִיגִין וְעָבְדִין עַמֵי מְנַעְתּוּנַּהּ מִינִּי?" די איין מצוה וואס איך האב געהאט אז איר פלעגט לערנען אונטער מיין פייגן בוים האט איר אויך אוועקגענומען פון מיר? האבן זיי אים געזאגט: "מיר זענעון אוועק געגאנגען ווייל מיר האבן געזען אז דו ביסט אונז חושד אז מיר וועלן גנב'נען פייגן. דער בעל הבית האט זיי נישט געענטפערט פארוואס ער שטייט אויף אזוי פרי, ער האט זיי אבער געבעטן אז זיי זאלן צוריק קומען לערנען תורה אונטער זיין פייגן בוים. דעם קומענדיגן טאג איז ער נישט אויפגעשטאנען פארטאגס קלויבן די פייגן, ער האט געווארט די זון זאל אויפשיינען און ווען די זון האט אויפגעשיינט זענען אלע פייגן פארפוילט געווארן, האבן די חכמים פארשטאנען פארוואס ער שטייט אויף יעדן טאג אזוי פרי אראפצונעמען די פייגן, און זיי האבן געזאגט: "בַּעַל הַתְּאֵנָה יוֹדֵעַ אֵימָתַי עוֹנָתָהּ שֶׁל תְּאֵנָה לִלְקֹט וְהָיָה לוֹקְטָהּ", דער בעל הבית פונעם פייגן בוים ווייסט פונקטליך ווען עס איז די צייט אראפצונעמען די פייגן פון בוים, "כָּךְ הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹדֵעַ אֵימָתַי עוֹנָתָן שֶׁל צַדִּיקִים לְסַלֵּק מִן הָעוֹלָם וְהוּא מְסַלְּקָן", אזוי אויך ווייסט דער אייבערשטער פונקטליך ווען עס איז די צייט צוריק צו נעמען די נשמה פון די צדיקים; דעריבער זאלסטו נישט פרעגן קיין קשיות און שאלות: "וואו זענען די תפילות?" "פארוואס איז ער נפטר געווארן?" ווייל מען טאר מען נישט פרעגן: "פארוואס? פאר ווען? פאר וואו?" נאר מען דארף האלטן אין איין חזר'ן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט - אזוי ווי רבי עקיבא האט געזאגט.


וואויל איז פאר דעם וואס האט נישט קיין קשיות, דער מענטש איז זוכה צו לעבן א חיים טובים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.