שאלה אין קורצן ענין
#1 - טרינקען ברוינפן אין א ברסלבע שול
בית המדרש, שכרות

תוכן השאלה‎

פון בערל

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א
אזוי ווי איך האב ב"ה געעפנט א בית המדרש היכל הקודש ביי מיר, און ס'איז דא אפאר נייע אינגעלייט וואס קומען דא דאווענען, און זיי ווילן זייער שטארק ברענגען ברוינפן פאר'ן קידוש שבת צופרי נאכ'ן דאווענען; וויל איך וויסן אויב ס'איז כדאי אביסל נאכצולאזן און זיי לאזן ברענגען, אדער זאל איך אראפשטעלן א שטארקע תקנה אז מ'קען נישט ברענגען קיין ברוינפן אין א ברסלב'ע שול?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ה' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד בערל ני"ו, גבאי בית המדרש היכל הקודש בלאמינגראוו נ.י.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט אמאל דערציילט אז ער איז געווען תשל"ו אין די ברסלב'ער שול אין מאה שערים, און ערב ראש השנה האט איינער געברענגט לעקיך און ברוינפן צו געבן תיקון נאכן דאווענען, און הרב החסיד רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה איז צוגעגאנגען צו דעם איד און אים פארגעהאלטן דערויף, פאר צוויי סיבות; איינס אז דער רבי האט נישט געלאזט טרינקען ברוינפן א גאנץ יאר, און צווייטנס אז דער רבי האט געוואלט מען זאל פאסטן ערב ראש השנה ביז חצות, אזוי ווי עס שטייט אין שולחן ערוך (אורח חיים, סימן תקפ"א, סעיף ב): "נוֹהֲגִין לְהִתְעַנּוֹת בְּעֶרֶב רֹאשׁ הַשָּׁנָה".


דערפאר זאלסטו זייער אכטונג געבן אז אין היכל הקודש זאל נישט זיין קיין ברוינפן; פארשטייט זיך אז מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן צו פרישע מקורבים, מען דארף זיי דאס געבן צו פארשטיין שיינערהייט, און זיי ווייזן וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כו): "עַל־יְדֵי שִׁכְרוּת שׁוֹכְחִין כָּל הַמִּצְווֹת", אז מען טרינקט און מען שיכור'ט זיך אן, פארגעסט מען פונעם אייבערשטן, און אזוי רעדן צו זיי ביז זיי וועלן פארשטיין.


ליידער זעט מען לעצטענס אז זייער אסאך אינגעלייט טרינקען זיך אן שבת; זיי גייען פון איין שול צום צווייטן זוכן וואו עס איז דא פונעם ביטערן טראפ, און מען גייט צו חברים וואו מען טרינקט זיך אן, נאכדעם קומט מען צו ניבול פה און צו ביטערע עבירות רחמנא לצלן; אנשטאט דער אינגערמאן זאל אהיים גיין צו זיין ווייב און קינדער פארברענגען מיט זיי - די איין מאל א וואך וואס דער אינגערמאן האט אביסל צייט צו זיין אין שטוב, אבער אנשטאט דעם גייט אוועק דער שבת מיט טרינקען.


דער עיקר זאלסטו זען אז אין בית המדרש זאל זיין א דרך ארץ, מען זאל נישט שמועסן ביים דאווענען, און דו זאלסט יעדן איינעם מקבל זיין בסבר פנים יפות, אזוי וועסטו האבן גרויס הצלחה.


 דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.