שאלה אין קורצן ענין
#2 - טאר מען טאקע נישט טרינקען קיין ברוינפן?
חסידות ברסלב, שכרות

תוכן השאלה‎

שלום וברכה אל כבוד ראש הישיבה שליט"א,


איך האב געזען וואס איר האט געשריבן וועגן טרינקען ברוינפן אין א ברסלב'ע שוהל ביי קידוש, האב איך אויף דעם עטליכע הערות.


א. דער רבי האט אליין געגעבן שיריים ברוינפן פאר רבי נתן און רבי נפתלי. [נראה לי מובא באבניה ברזל].


ב. עיין בליקוטי עצות אות ריקודים בסופו במעלת משקה המשכר במידה לשם שמים.


ג. ס'איז באקאנט אז ר' אברהם שטערנהארץ, וואס האט געקענט אויסנווייניג אויפן לשון ספרי רבינו, פלעגט שטענדיג מכבד זיין ווער עס איז געקומען צו אים צו הערן דיבורים או כיוצ"ב אפי' אינמיטן וואך צו טרינקען 96'ער.


ד. ביי צדיקים איז געווען א גרויסער ענין צו טרינקען בראנפן דייקא נאך די פיש און עס איז דא אין דעם גרויסע ענינים [מובא אצל רבותינו מקאמארנא איזה יחודים בזה].


אלימלך זושא

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד אלימלך זושא נרו יאיר


איך האב דערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען אז מען זאל נישט טרינקען קיין משקה המשכר, נאר פאר קידוש און הבדלה. ווען ר' נתן ז"ל איז געקומען דעם ערשטן מאל צום רבי'ן האט אים דער רבי געגעבן אריין געגאסן אין א קליין בעכער אביסל וויין און דאס געגעבן פאר ר' נתן זכרונו לברכה און פאר זיין חבר ר' נפתלי זכרונו לברכה אז זיי זאלן דאס צעטיילן צווישן זיך; מיט דעם האט דער רבי זיי געוואלט מרמז זיין, אז מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו טרינקען קיין משקה המשכר.


ר' נתן זכרונו לברכה האט זייער מקפיד געווען אויף די חסידים וואס מאכן אן עיקר פון טרינקען וכו'; איינמאל שמחת תורה האט ר' נחמן טולטשינער זכרונו לברכה געטרינקען אביסל אסאך, און ער האט איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און געשריגן צו ר' נתן: "איר זענט מיין גאנצע חיות", האט אים ר' נתן געזאגט: "אמת, עס איז ריכטיג, אבער מען טאר נישט טרינקען שמחת תורה, נאר פורים".


דאס וואס דו פרעגסט מיר אז ביי חסידים איז טרינקען א גרויסער ענין; אויף דעם האט שוין ר' נתן זכרונו לברכה געזאגט, אז אין די פריערדיגע דורות האבן די הייליגע צדיקים געוואלט אז מען זאל זיך צוזאמקומען רעדן פון צדיקים, פון דעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, האט מען געמאכט אז מען זאל טרינקען אביסל, אבער אין די היינטיגע טעג - האט ר' נתן אויסגעפירט - איז נתמעטו הלבבות, ונתרבו התאוות, איז מען געבליבן נאר מיטן טרינקען; דערפאר האט דער רבי דאס אוועק גענומען פון אונז.


דער רבי האט אמאל געזאגט: "איך קען שוין נישט פארטראגן זייערע פראזניקעס", ווייל ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר תורה תפילה, און רעדן פון תכלית. און דערפאר האט ר' נתן אויך זייער מקפיד געווען אז מען זאל נישט טרינקען.


מען האט אמאל פארציילט פאר ר' נתן זכרונו לברכה אז עס זענען דא חסידים וואס פירן זיך צו לייגן אונטער זייער קישן א פלאש ברוינפן, און ווען זיי וועקן זיך אויף פרעגן זיי: "משיח איז נאך נישט דא?" און זיי הייבן אן טרינקען ביז זיי ווערן שיכור און שלאפן נאכאמאל איין, ווייל זיי זאגן אז ווי לאנג משיח איז נאך נישט דא, דארף מען איינשלעפן דעם יצר הרע, ווייל אז מען שלאפט זינדיגט מען נישט, האט ר' נתן געזאגט: "דאס איז נישט קיין עצה; מען דארף לייגן א תהילים אונטערן קישן, און ווען מען וועקט זיך אויף און מען זעט אז משיח איז נאך אלץ נישט דא, זאל מען נעמען דעם תהילים און זאגן תהילים און שרייען צום אייבערשטן".


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט פארציילט, אז ר' לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה האט אים געזאגט, אז אין אומאן אינעם קלויז פלעגט מען נישט ברענגען תיקון (ברוינפן, אזוי ווי עס איז דער מנהג העולם) ווען איינער האט געהאט יארצייט, נאר ווען איינער האט געהאט יארצייט האט ער עוסק געווען אין תורה און אין תפילה, און געגעבן א סאך צדקה. עס איז געווען א גרויסער רעסטוראנט וואס דארט פלעגן די ארימעלייט עסן פאר גאר ביליג, און ווער עס האט געהאט יארצייט, פלעגט גיין צום בעל הבית פון רעסטוראנט, און אים געגעבן געלט אז ער זאל געבן עסן פאר אלע עניים בחינם אין דעם טאג פון די יארצייט, און אלע ארימעלייט האבן שוין געוואוסט אז היינט איז דא א יארצייט, און אלע האבן געוואונטשן 'די נשמה זאל האבן אן עליה'.


ליידער זעט מען לעצטנס זייער אסאך אינגעלייט טרינקען זיך אן שבת; זיי גייען פון איין שול צום צווייטן זוכן וואו עס איז דא פונעם ביטערן טראפן, מען גייט צו חברים און מען טרינקט זיך אן, נאכדעם קומט מען צו ניבול פה און צו ביטערע עבירות רחמנא לצלן. אנשטאט דער אינגערמאן זאל אהיים גיין צו זיין ווייב און קינדער פארברענגען מיט זיי, איינמאל א וואך וואס דער אינגערמאן האט אביסל צייט צו זיין אין שטוב, אנשטאט דעם גייט דער גאנצער שבת אוועק מיט טרינקן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמואל ה, ט): "רֶבִּי אָמַר, תָּמֵהַּ אֲנִי הֵיאַ בִּטְּלוּ חוֹנֵן הַדָּעַת בְּשַׁבָּת - אִם אֵין דֵּעָה תְּפִלָּה מִנַּיִן", רבי זאגט, איך וואונדער זיך פארוואס מען ארויס גענומען פון די שבת'דיגע דאווענען די ברכה פון חונן הדעת, ווייל אז מען האט נישט קיין שכל ווי אזוי קען מען דאווענען. אין ספר חיים טובים (להגאון רבי חיים פאלאג'י זכרונו לברכה) זאגט ער: וּבַעֲוֹנוֹתֵינוּ הָרַבִּים, בְּדוֹרֵנוּ נִרְגָּשׁ זֶה יוֹתֵר, דְכַּמָה וְכַמָּה בְּחוֹל יֶשׁ לָהֶם דַּעַת נְכוֹנָה, וְאִילוּ בְּשַׁבָּת שִׁכְרוּתוֹ שֶׁל לוֹט וּמְאַבְּדִים הַדַּעַת, וְא עוֹד, אֶלָּא דְּהַרְבֵּה יַיִן עוֹשֶה, וּמְבִיאָן לִידֵי חִילוּל שַׁבָּת, וְזִמָּה, וְאֵין אָדָם חוֹטֵא אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנַס רוּחַ שְׁטוּת עיי"ש, מען זעט אין אונזערע צייטן מענטשן וואס אין דערוואכן האבן זיי שכל, זיי פירן זיך אויף געהעריג וכו', אבער שבת טרינקען זיי זיך אן, און זיי פארלירן זייער שכל וכו'.


דערפאר דארף מען זייער אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל האבן שכל, און נישט מען זאל זיך אנטרינקען און אלעס פארלירן. מיר דארפן נאכמאכן די צדיקים מיט אלע אנדערע זאכן; מיט זייער תורה ותפילה, מיט זייער חסד ווי זיי האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אנדערע אידן זיי זאלן לערנען און דאווענען. ווען א מענטש לערנט די הייליגע תורה און ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, מיט דעם ווערט ער איינס כביכול מיטן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - טרינקען ברוינפן אין א ברסלבע שול
בית המדרש, שכרות

תוכן השאלה‎

פון בערל

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א
אזוי ווי איך האב ב"ה געעפנט א בית המדרש היכל הקודש ביי מיר, און ס'איז דא אפאר נייע אינגעלייט וואס קומען דא דאווענען, און זיי ווילן זייער שטארק ברענגען ברוינפן פאר'ן קידוש שבת צופרי נאכ'ן דאווענען; וויל איך וויסן אויב ס'איז כדאי אביסל נאכצולאזן און זיי לאזן ברענגען, אדער זאל איך אראפשטעלן א שטארקע תקנה אז מ'קען נישט ברענגען קיין ברוינפן אין א ברסלב'ע שול?

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ה' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ז לפ"ק


 


לכבוד בערל ני"ו, גבאי בית המדרש היכל הקודש בלאמינגראוו נ.י.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט אמאל דערציילט אז ער איז געווען תשל"ו אין די ברסלב'ער שול אין מאה שערים, און ערב ראש השנה האט איינער געברענגט לעקיך און ברוינפן צו געבן תיקון נאכן דאווענען, און הרב החסיד רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה איז צוגעגאנגען צו דעם איד און אים פארגעהאלטן דערויף, פאר צוויי סיבות; איינס אז דער רבי האט נישט געלאזט טרינקען ברוינפן א גאנץ יאר, און צווייטנס אז דער רבי האט געוואלט מען זאל פאסטן ערב ראש השנה ביז חצות, אזוי ווי עס שטייט אין שולחן ערוך (אורח חיים, סימן תקפ"א, סעיף ב): "נוֹהֲגִין לְהִתְעַנּוֹת בְּעֶרֶב רֹאשׁ הַשָּׁנָה".


דערפאר זאלסטו זייער אכטונג געבן אז אין היכל הקודש זאל נישט זיין קיין ברוינפן; פארשטייט זיך אז מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן צו פרישע מקורבים, מען דארף זיי דאס געבן צו פארשטיין שיינערהייט, און זיי ווייזן וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כו): "עַל־יְדֵי שִׁכְרוּת שׁוֹכְחִין כָּל הַמִּצְווֹת", אז מען טרינקט און מען שיכור'ט זיך אן, פארגעסט מען פונעם אייבערשטן, און אזוי רעדן צו זיי ביז זיי וועלן פארשטיין.


ליידער זעט מען לעצטענס אז זייער אסאך אינגעלייט טרינקען זיך אן שבת; זיי גייען פון איין שול צום צווייטן זוכן וואו עס איז דא פונעם ביטערן טראפ, און מען גייט צו חברים וואו מען טרינקט זיך אן, נאכדעם קומט מען צו ניבול פה און צו ביטערע עבירות רחמנא לצלן; אנשטאט דער אינגערמאן זאל אהיים גיין צו זיין ווייב און קינדער פארברענגען מיט זיי - די איין מאל א וואך וואס דער אינגערמאן האט אביסל צייט צו זיין אין שטוב, אבער אנשטאט דעם גייט אוועק דער שבת מיט טרינקען.


דער עיקר זאלסטו זען אז אין בית המדרש זאל זיין א דרך ארץ, מען זאל נישט שמועסן ביים דאווענען, און דו זאלסט יעדן איינעם מקבל זיין בסבר פנים יפות, אזוי וועסטו האבן גרויס הצלחה.


 דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.