שאלה אין קורצן ענין
#1 - כ'האב אזוי שטארק געוואלט א חתן פון ישיבה, און ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט
שידוכים

תוכן השאלה‎

צו די חשוב'ע ראש ישיבה שליט"א.


קודם וויל איך זאגן א גרויסן ש'כח פאר די אלע הערליכע עצות און חוזיק, נאר דער אייבערשטער קען אייך באצאלן.


פאר בערך צוויי יאר צוריק האב איך אויסגעפונען פון די הערליכע האטליין, און ס'האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט. כ'האב אנגעפאנגען צו טראכטן און רעדן צום אייבערשטן, כ'האב אנגעפאנגען רעדן אנדערש צו מיין טאטע מאמע, בקיצור כ'בין משוגע געווארן פאר היכל הקודש ברסלב.


כ'האב גלייך געמאכט א חשבון אין מיין קאפ אז ווען ס'וועט קומען צו שידוכים וועל איך אי"ה חתונה האבן מיט א בחור פון ישיבה תפארת התורה, כ'האב אסאאאך געוויינט צום אייבערשטן... כ'האב נישט ח''ו געצווינגען דעם אייבערשטן, נאר זייער שטארק געבעטן, פשוט ווייל דאס האב איך זיייעעער געוואלט.


למעשה בין איך א כלה געווארן בערך א חודש צוריק צו א ... בחור, וואס ווייסט גארנישט פין הייליגן רבי'ן. און יעדעס מאל איך דערמאן מיך צו וועם כ'בין צום סוף א כלה געווארן, וויין איך... וואו זענען מיינע מיליאנען תפילות???


אויך האב איך אאאזוי געוואלט חתונה האבן פשוט און ביליג, און יעצט דארף איך ספענדען אויף אזויפיל נארישקייטן.


וויפיל כ'ווייס אז דער שידוך איז באשערט פון הימל, קען איך מיך נישט בארואיגן.


א כלה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


מזל טוב פאר דיין שידוך! דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות.


וויסן זאלט איר, אז אלע בחורים פון אלע ישיבות זענען היינט רובם ככולם מקורב צום הייליגן רבי'ן; אלע הערן אויס די שיעורים פון ישיבה, אלע נעמען די ספרים און קונטרסים פון די מפיצים.


צום קול ברסלב האט-ליין רופן יעדן טאג אריין צענדליגער טויזענטער מענטשן; רוב פון די וואס רופן זענען בחורים פון אלע ישיבות ארום די וועלט, מען זעט דאס נישט ארויס אפען ווייל יעדער שעמט זיך פונם צווייטן - דער בחור הערט דאס שטילערהייט, ער האט מורא פון זיינע מגידי שיעורים, דער מגיד שיעור הערט דאס אליינס, אבער ער שעמט זיך פונעם ראש ישיבה, און דער ראש ישיבה הערט דאס פאר זיך, נאר ער שעמט זיך פון וכו'.


דאס זעלבע איז צווישן מאן און ווייב; זייער אסאך מאל הערט דער מאן אויס די שיעורים, ער איז זיך מחיה דערמיט, ער באקומט שכל ווי אזוי צו רעדן צו זיין ווייב, ווייל וואס דער רבי לערנט אויס – לערנט קיינער נישט אויס. פארפאלן, אלע זענען דאס שוין היינט מודה, אז נאר דער רבי האט עצות פאר יעדן פראבלעם. דער מאן טראכט נאר: 'ווי אזוי קען איך מאכן אז מיין ווייב זאל עס אויך הערן', אין דער צייט וואס זי הערט דאס שוין אויך אויס שטילערהייט...


איך האב שוין געהערט אסאך מעשיות פון אינגעלייט ווי זיי האבן מיר דערציילט אז זיי פלעגן שטילערהייט הערן די שיעורים אין די ישיבה, זיי פלעגן מתפלל זיין אז זיי זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן אן ערליכע שטוב, א שטוב וואס וועט זיך פירן מיטן הייליגן רבינ'ס הקדמות. זיי האבן חתונה געהאט און ווייטער שטילערהייט געהערט די שיעורים און זיך מחיה געווען דערמיט  שטילערהייט. ביז איין טאג האבן זיי זיך דערוואוסט אז זייער ווייב הערט דאס שטילערהייט נאך פון אלץ מיידל, און זי בעט שטילערהייט דעם אייבערשטן אז איר מאן זאל אויך זיין מקורב צום רבי'ן און פאלגן די עצות פון רבי'ן. ווידעראום דער אינגערמאן וויל קומען צו די שיעורים, אבער ער ווייסט נישט ווי אזוי מען הייבט אן רעדן פון דעם נושא מיט זיין ווייב, זי שטייט אין בעט דעם אייבערשטן אז איר מאן זאל האבן גוטע חברים וואס לעבן מיטן אייבערשטן, ביז זיי געפונען אויס איינער פונעם צווייטן...


איר זאלט ווייטער בעטן דעם אייבערשטן אז ענק זאלן אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב, מיט ערליכע אידישע דורות; קינדער וואס וועלן זיין דבוק צום אייבערשטן, קינדער וואס וועלן האבן אמונת חכמים, זיי וועלן גלייבן אין צדיקי אמת, וועט דער אייבערשטער ענק העלפן איר וועט זוכה זיין צו א חיים טובים. קיין איין תפילה גייט נישט לאיבוד, יעדע תפילה נעמט דער אייבערשטער אן, און מען איז זוכה צו באקומען די ישועה.


דאס וואס איר שרייבט וועגן ביליג חתונה האבן, אז איר האט אזוי שטארק געוואלט חתונה האבן ביליג וכו'; וואויל איז פאר א כלה וואס זאגט פאר איר חתן: "איך דארף נישט קיין עכטע צירונג". זי זאגט פאר איר חתן: "איך פריי מיך מיט דיר אליין"; "איך וויל אז דיינע עלטערן זאלן נישט בארגן קיין איין איבעריגע דאללער פאר מיינע צירונגען, וכדומה". וואויל איז פאר א כלה וואס זאגט פאר איר מאמע: "מאמע, איך דארף נישט קיין חתונה קלייד וואס קאסט געלט; מיר איז גוט א חתונה קלייד פון א גמ"ח וואס קאסט אינגאנצען אפאר דאללער"; אזא כלה וועט זוכה זיין צו לעכטיגע דורות, און צו ערליכע קינדער, ווייל זי געבט אכטונג אויף איר טאטע און מאמע.


וויפיל עלטערן גיין אראפ פון זינען ווען עס קומט חתונה צו מאכן די קינדער; זייער לעבן ווערט אויס, זיי ווערן גרויסע בעלי חובות, אלעס נאר וועגן נארישע קינדער וואס עקשנ'ען זיך פאר טייערע קליידער, טייערע שטריימל, טייערע צירונג וכו'.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט זוכה געווען צו טרעפן אייער שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, דורות ישרים מבורכים.