תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
באמת וואלט איך יעדן טאג געדארפט שרייבן דאנק בריוון אויף די אויסנאם שיינע שיעורים, דאס מאכט מיין לעבן. איך קען קלאר זאגן אויף די שיעורים, אז 'לולי תורתך שעשעי אז אבדתי בעניי'. בפרט האב איך ליב דאס וואס איר ווארפט אלעמאל אריין עצות און הדרכות פאר'ן טאגטעגליכע לעבן בשעת די דרשות, און דאס געבט אסאך צו, און איך זאג עס ווייטער איבער פאר אנדערע. א קליינע דוגמא, ביי איין דרשה האב איך געהערט אז ווען מ'שטייט אויף אינדערפרי צו א בלויע הימל איז עס מעין עולם הבא און מ'דארף דאנקען דערויף, די קומענדיגע טאג איז טאקע געוועהן אזא שיינע סארט וועטער און אויטאמאטיש האב איך עס איבעגעגעבן פאר מיינע 5-6 יעריגע תלמידות, זיי האבן ווי שטענדיג זיך צוגעהערט מיט אפענע מיילער, און מ'האט צוזאמען געזאגט ש'כח אייבערשטער.
שפעטער ווען זיי האבן געשפילט אין הויף, קומען צו צו מיר צוויי פון מיינע תלמידות און זאגן אז זיי גייען גארנישט שפילן ווייל זיי ווילן נאר ארומגיין און זאגן ש'כח אייבערשטער פאר יעדע זאך וואס זיי זעען. אודאי האב איך זיי געזאגט אז דער אייבערשטער פריידט זיך זייער שטארק, אבער זיי מעגן יא שפילן און קענען בשעת'ן לויפן, פארן, און שפרינגען, אסאך דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלעס וואס זיי קענען. דאס איז איינע פון די צענדליגע ביישפילן ווי ווייט עס טוט דערגרייכן און אויפטון יעדעס ווארט פון יעדן שיעור.
איך האב א שאלה, דא אין געגנט וואו איך וואוין גייט לעצטנס ספעציעל שטארק ארויף די פרייזן פון דירות, און מיין מאמע שטופט מיר שוין לאנג אז איך זאל וואס שנעלער קויפן א דירה, אפילו איך האב נאכנישט חתונה געהאט, ווייל עס ווערט יעדע וואך טייערער.
למעשה איז זייער שווער צו טרעפן בכלל א דירה, און פארשטייט זיך אז מיין השתדלות איז געווען תפילה. פאר א וואך צוריק האבן מיר ברוך ה' געטראפן א דירה'לע וואס שטייט צום פארקויפן, עס קאסט אזוי ווי עס קאסט היינט, און איך קען עס מיט'ן אויבערשטנס הילף אפקויפן. אבער מיין געוויסן זאגט מיר, אז אין די יעצטיגע צעמישטע מצב איז נישט קלוג צו קויפן א דירה, משיח קומט דאך שוין, איז דען פאסיג יעצט צו קויפן א דירה אין גלות? פון די אנדערע זייט זאגן מיר אנדערע אז איך וועל נישט טרעפן אזוי שנעל אזא געלעגנהייט, און איך קען אפשר חרטה האבן.
איך וויל זייער שטארק הערן וואס דער ראש ישיבה האלט וועגן דעם, איז ענדערש כדאי נאך צו ווארטן ווייל עס גייט דאך שוין קומען א נייע וועלט מיט משיח צדקנו און איך זאל נישט משקיע זיין אין א דירה אין חוץ לארץ, כל זמן ס'איז נישט דרינגענד אויף יעצט?
איך וועל זיך פרייען צו הערן וואס שנעלער א תשובה ווייל דער פארקויפער ווארט אויף אן ענטפער. א גרויסן יישר כח פאר'ן אוועקגעבן פון אייערע טייערע צייט צו העלפן כלל ישראל און יעדן יחיד.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן
... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
וואס טראכט איר, ווען משיח וועט קומען וועט מען מער נישט דארפן קיין הויז וואו צו וואוינען און דינען דעם אייבערשטן? ווען משיח וועט קומען וועט מען מער נישט לעבן?!
דער רמב"ם זאגט (פרק יב מהלכות מלכים, הלכה א-ב): "אַל יַעֲלֶה עַל הַלֵּב שֶׁבִּימוֹת הַמָּשִׁיחַ יִבָּטֵל דָּבָר מִמִּנְהָגוֹ שֶׁל עוֹלָם, אוֹ יִהְיֶה שָׁם חִדּוּשׁ בְּמַעֲשֵׂה בְּרֵאשִׁית, אֶלָּא עוֹלָם כְּמִנְהָגוֹ נוֹהֵג וכו', אָמְרוּ חֲכָמִים אֵין בֵּין הָעוֹלָם הַזֶּה לִימוֹת הַמָּשִׁיחַ אֶלָּא שִׁעְבּוּד מַלְכֻיּוֹת בִּלְבַד", ווען משיח וועט קומען וועט אלעס ווייטער זיין אזוי ווי ביז אהער, נאר מען וועט מער נישט זיין אונטער די גוים, מען וועט אויסגעלייזט ווערן פון גלות, מען וועט דינען דעם אייבערשטן אן קיין שטערונג.
אז אייערע עלטערן ווילן איר זאלט קויפן א הויז - זאלט איר אזוי טון, עס אז נישט קיין חסרון אין אמונה בביאת משיח. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה כט.): "עתידין בתי כנסיות ובתי מדרשות שבבבל שיקבעו בארץ ישראל", ווען משיח וועט קומען וועלן אלע שולן גיין קיין ארץ ישראל; זאגט דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו (קדושת לוי, סוף לקוטים חדשים): "עתידין בתי ישראל שילכו לארץ ישראל בזמן ביאת משיחנו במהרה בימינו אמן, והוא קל וחומר מבתי כנסיות וכו'", אלע אידישע שטובער וואו מען דינט דעם אייבערשטן, מען עסט דארט נאר כשר און מען פירט זיך מיט אלע הלכות פון די תורה, ווען משיח וועט קומען וועלן אלע קומען קיין ארץ ישראל.
שטארקט אייך, זייט ממשיך אריין צו לייגן אין די קליינע קינדער אמונה; וואס מען לייגט אריין אין קינדער אין די יוגנט, דאס בלייבט זייער גאנצע לעבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.