שאלה אין קורצן ענין
#12 - קויפן אן אייגענע דירה?
לימוד התורה, פרנסה, דירה, בית נצחי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די דירה וואו מיר וואוינען יעצט איז שוין ברוך ה' אויסגענוצט, און מיר קענען נישט יעצט קויפן א געהעריגע הויז אין אונזער געגנט, מיין שאלה איז אויב מיר זאלן זוכן צו קויפן א קלענערע הויז אין א ביליגערע געגנט אין אונזער שטאט, אדער זאלן מיר דערווייל דינגען א דירה ביז מיר וועלן האבן גענוג געלט צו קענען קויפן?


איך האב שוין אסאך געבעטן דעם אייבערשטער צו וויסן וואס צו טון, אבער מיר דארפן אן עצה וואס שנעלער צו וויסן וועלכע וועג צו גיין.


און בכלל דארפן מיר א ישועה עס זאל זיין ביי אונז מער שפע און פרנסה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס לוינט זיך אריינצושפרינגען אין קויפן און האבן אן אייגענע הויז, מוהרא"ש אין די בריוו ווען ער וואונטשט מען זאל האבן אן אייגענע הויז צייכנט ער אלץ צו די ווערטער פון די הייליגע חכמים, ווי זיי זאגן (ירושלמי מועד קטן ב, ד): "שמחה לאדם בשעה שהוא דר בתוך שלו", עס איז א פרייד ווען מען וואוינט אין די אייגענע דירה.


אויך זאלסטו זיך זארגן אויף א בית נצחי, אן אייגענע אייביגע דירה. מאך זיך א שיעור צו לערנען יעדן טאג א בלאט ב'בלי, א בלאט י'רושלמי און א פרק ת'ופתא, די ראשי תיבות איז ב'י'ת'; דאס איז א בית וואס האלט פאר נצחי, פאר אייביג. ווייל ווען עס קומט די צייט וואס מען דארף אוועק גיין פון דער וועלט נעמט מען מיט די בלעטער גמרא, די פרקים משניות און ברייתות, און די גוטע מעשים.


אויך איז דאס לערנען יעדן טאג "בית נצחי", א בלאט ב'בלי, א בלאט י'רושלמי און א פרק ת'ספתא - א סגולה צו קענען האבן אן אייגענע הויז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#11 - זאל מען אוועקלייגן געלט אויף שפעטער?
שלום בית, חתונה, אידיש געלט, חיזוק פאר פרויען, פרנסה, דירה, געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, מיין מאן און איך זענען זיך זייער מחזק, עס העלפט אונז אסאך אין לעבן.


איך האב געוואלט פרעגן צוויי זאכן. ערשטנס וועגן אוועקלייגן געלט, דער ראש ישיבה שליט"א האלט אז מען זאל אוועקלייגן אביסל געלט אין די זייט יעדע וואך אדער חודש פאר שפעטער, צום ביישפיל צו קויפן א הויז אדער פאר'ן חתונה מאכן די קינדער, אפילו פאר א פשוטע ביליגע חתונה דארף מען אויך האבן געלט.


צווייטנס, ווען מיר עסן ביי מיינע עלטערן, קען מיין מאן זיך אנרופן צו מיר אינמיטן די סעודה נארישע באמערקונגען אויף דאס און אויף יענץ, און איך ווייס נישט ווי אזוי צו רעאגירן. עס שטערט מיר נישט אזוי ווייט די זאכן וואס ער זאגט, אבער עס איז אינמיטן די סעודה, און עס קומט נישט אריין יעצט, און איך ווייס נישט ווי אזוי צו רעאגירן אויף א וועג אז ער זאל נישט באמערקן אז עס מאכט מיר נערוועז, און עס פאסט נישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אוודאי דארף מען אוועקלייגן געלט צו קענען קויפן א הויז, קענען חתונה מאכן די קינדער און קענען לעבן; דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו פארלירן די געלט (שיחות הר"ן, סימן רפא), ווען אנשי שלומינו זענען געקומען קרעכצן צום רבי'ן אז זיי האבן פארלוירן געלט - פלעגט דער רבי זיי פארשעמען, דער רבי פלעגט זיי פארהאלטן פארוואס זיי האבן נישט אכטונג געגעבן, וויאזוי קען דאס פאסירן?!


בנוגע אייער מאן וכו'; פון אייערע ווערטער פארשטיי איך אז עס שטערט אייך נאר ווען איר זענט צווישן מענטשן, איר האט פרעשור וואס מען וועט זאגן; בעט איך אייך זייער, איר זאלט קוקן אויף אייער מאן מיט שעצונג, עס זאל אייך נישט אינטערעסירן וואס אנדערע טראכטן אויף אים און וואס זיי זאגן אויף אים; ער זאל זיין אין אייערע אויגן ווי א קעניג, עס זאל אייך נישט באדערן וואס ער זאגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - לוינט זיך צו קויפן א הויז פאר משיח קומט?
דירה, משיח

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


באמת וואלט איך יעדן טאג געדארפט שרייבן דאנק בריוון אויף די אויסנאם שיינע שיעורים, דאס מאכט מיין לעבן. איך קען קלאר זאגן אויף די שיעורים, אז 'לולי תורתך שעשעי אז אבדתי בעניי'. בפרט האב איך ליב דאס וואס איר ווארפט אלעמאל אריין עצות און הדרכות פאר'ן טאגטעגליכע לעבן בשעת די דרשות, און דאס געבט אסאך צו, און איך זאג עס ווייטער איבער פאר אנדערע. א קליינע דוגמא, ביי איין דרשה האב איך געהערט אז ווען מ'שטייט אויף אינדערפרי צו א בלויע הימל איז עס מעין עולם הבא און מ'דארף דאנקען דערויף, די קומענדיגע טאג איז טאקע געוועהן אזא שיינע סארט וועטער און אויטאמאטיש האב איך עס איבעגעגעבן פאר מיינע 5-6 יעריגע תלמידות, זיי האבן ווי שטענדיג זיך צוגעהערט מיט אפענע מיילער, און מ'האט צוזאמען געזאגט ש'כח אייבערשטער.


שפעטער ווען זיי האבן געשפילט אין הויף, קומען צו צו מיר צוויי פון מיינע תלמידות און זאגן אז זיי גייען גארנישט שפילן ווייל זיי ווילן נאר ארומגיין און זאגן ש'כח אייבערשטער פאר יעדע זאך וואס זיי זעען. אודאי האב איך זיי געזאגט אז דער אייבערשטער פריידט זיך זייער שטארק, אבער זיי מעגן יא שפילן און קענען בשעת'ן לויפן, פארן, און שפרינגען, אסאך דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלעס וואס זיי קענען. דאס איז איינע פון די צענדליגע ביישפילן ווי ווייט עס טוט דערגרייכן און אויפטון יעדעס ווארט פון יעדן שיעור.


איך האב א שאלה, דא אין געגנט וואו איך וואוין גייט לעצטנס ספעציעל שטארק ארויף די פרייזן פון דירות, און מיין מאמע שטופט מיר שוין לאנג אז איך זאל וואס שנעלער קויפן א דירה, אפילו איך האב נאכנישט חתונה געהאט, ווייל עס ווערט יעדע וואך טייערער.


למעשה איז זייער שווער צו טרעפן בכלל א דירה, און פארשטייט זיך אז מיין השתדלות איז געווען תפילה. פאר א וואך צוריק האבן מיר ברוך ה' געטראפן א דירה'לע וואס שטייט צום פארקויפן, עס קאסט אזוי ווי עס קאסט היינט, און איך קען עס מיט'ן אויבערשטנס הילף אפקויפן. אבער מיין געוויסן זאגט מיר, אז אין די יעצטיגע צעמישטע מצב איז נישט קלוג צו קויפן א דירה, משיח קומט דאך שוין, איז דען פאסיג יעצט צו קויפן א דירה אין גלות? פון די אנדערע זייט זאגן מיר אנדערע אז איך וועל נישט טרעפן אזוי שנעל אזא געלעגנהייט, און איך קען אפשר חרטה האבן.


איך וויל זייער שטארק הערן וואס דער ראש ישיבה האלט וועגן דעם, איז ענדערש  כדאי נאך צו ווארטן ווייל עס גייט דאך שוין קומען א נייע וועלט מיט משיח צדקנו און איך זאל נישט משקיע זיין אין א דירה אין חוץ לארץ, כל זמן ס'איז נישט דרינגענד אויף יעצט?


איך וועל זיך פרייען צו הערן וואס שנעלער א תשובה ווייל דער פארקויפער ווארט אויף אן ענטפער. א גרויסן יישר כח פאר'ן אוועקגעבן פון אייערע טייערע צייט צו העלפן כלל ישראל און יעדן יחיד.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס טראכט איר, ווען משיח וועט קומען וועט מען מער נישט דארפן קיין הויז וואו צו וואוינען און דינען דעם אייבערשטן? ווען משיח וועט קומען וועט מען מער נישט לעבן?!


דער רמב"ם זאגט (פרק יב מהלכות מלכים, הלכה א-ב): "אַל יַעֲלֶה עַל הַלֵּב שֶׁבִּימוֹת הַמָּשִׁיחַ יִבָּטֵל דָּבָר מִמִּנְהָגוֹ שֶׁל עוֹלָם, אוֹ יִהְיֶה שָׁם חִדּוּשׁ בְּמַעֲשֵׂה בְּרֵאשִׁית, אֶלָּא עוֹלָם כְּמִנְהָגוֹ נוֹהֵג וכו', אָמְרוּ חֲכָמִים אֵין בֵּין הָעוֹלָם הַזֶּה לִימוֹת הַמָּשִׁיחַ אֶלָּא שִׁעְבּוּד מַלְכֻיּוֹת בִּלְבַד", ווען משיח וועט קומען וועט אלעס ווייטער זיין אזוי ווי ביז אהער, נאר מען וועט מער נישט זיין אונטער די גוים, מען וועט אויסגעלייזט ווערן פון גלות, מען וועט דינען דעם אייבערשטן אן קיין שטערונג.


אז אייערע עלטערן ווילן איר זאלט קויפן א הויז - זאלט איר אזוי טון, עס אז נישט קיין חסרון אין אמונה בביאת משיח. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה כט.): "עתידין בתי כנסיות ובתי מדרשות שבבבל שיקבעו בארץ ישראל", ווען משיח וועט קומען וועלן אלע שולן גיין קיין ארץ ישראל; זאגט דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו (קדושת לוי, סוף לקוטים חדשים): "עתידין בתי ישראל שילכו לארץ ישראל בזמן ביאת משיחנו במהרה בימינו אמן, והוא קל וחומר מבתי כנסיות וכו'", אלע אידישע שטובער וואו מען דינט דעם אייבערשטן, מען עסט דארט נאר כשר און מען פירט זיך מיט אלע הלכות פון די תורה, ווען משיח וועט קומען וועלן אלע קומען קיין ארץ ישראל.


שטארקט אייך, זייט ממשיך אריין צו לייגן אין די קליינע קינדער אמונה; וואס מען לייגט אריין אין קינדער אין די יוגנט, דאס בלייבט זייער גאנצע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - זאל איך צוריק גיין וואוינען קיין ארץ ישראל?
חינוך הילדים, שלום, פרנסה, דירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע חיזוק אין אמונה, התבודדות, דרך הלימוד, און נאך, דאס האט מיר ממש געגעבן א נייעם לעבן.


איך קום פון א קליינע קהלה אין אייראפע, און איך האב חתונה געהאט קיין ארץ ישראל פאר 13 יאר צוריק. פאר די ערשטע 7 יאר האבן מיר געוואוינט אין ארץ ישראל, איך האב אבער זיך געקענט צוגעוואוינען צו די ארטיגע לעבן, איך קום פון א רואיגע שטילע פלאץ, און דארט איז מיר געווען זייער אנגעצויגן, אויך האב איך זיך נישט מסדר געווען מיט א געהעריגע שול און רב, מיין ווייב האט דארט אביסל געארבעט אבער מיר האבן זיך זייער געמוטשעט מיט פרנסה, און דערפאר האב איך אלץ געוואלט צוריק גיין קיין אייראפע.


למעשה זענען מיר טאקע צוריק געקומען קיין אייראפע צו מיין היימשטאט, און מיר וואוינען שוין דא די לעצטע 6 יאר, איך האב געעפנט א ביזנעס, מיר האבן ב"ה ליכטיגע קינדערלעך, און ס'איז געווען זייער גוט ביז יעצט.


מיין ווייב האט זיך אבער נישט געקענט צוגעוואוינען צו די היזיגע לעבן, און זי וויל זייער שטארק צוריקגיין קיין ארץ ישראל. בפרט לעצטנס ווען מיין פרנסה האט אנגעהויבן הינקען, די ביזנעס גייט נישט אזוי גוט אין די לעצטע חדשים, ביז יעצט ווען דעם חודש האב איך שוין נישט געהאט קיין געלט צו צאלן מיין דירה און שכר לימוד.


מיין ווייב זאגט אז דאס איז א סימן פון הימל אז ס'איז צייט צוריק צו גיין קיין ארץ ישראל, מיין יונגסטע קינד ווערט שוין 4 יאר און זי זאגט אז דארט וועט זי שוין קענען אנהויבן געהעריג ארבעטן, און אפשר וועל איך קענען פון דארט ווייטער פירן די היזיגע ביזנעס, כאטש וואס ס'איז נישט אזוי גרינג. אויך זאגט זי אז דארט איז דאס לעבן ביליגער, מיר האבן דארט אן אייגענע דירה און מיר דארפן נישט צאלן קיין דירה געלט, און שכר לימוד איז אויך ביליגער דארט.


איך האב אבער זייער ליב דא צו זיין, איך מיין אויך אז די חינוך פאר די קינדער איז דא בעסער, און איך ווייס באמת נישט וואס צו טון, וואס ס'וועט זיין בעסער פאר אונז. איך האב געמאכט אסאך התבודדות אויף דעם, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל וויסן וואס צו טון, און ס'איז מיר אויסגעקומען אז איך זאל שרייבן דעם בריוו פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, און וואס דער ראש ישיבה וועט זאגן וועל איך טון.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב וויל שטארק צוריק גיין קיין ארץ ישראל און זי איז גרייט דיר צו העלפן וכו' דארפט איר זארגן פאר א גוטע מוסד, אן ערליכע מוסד, א פלאץ פאר אייערע קינדער זיי זאלן קענען אויסוואקסן געזונט און ערליך, און אויב אייערע קינדער ווערן אנגענומען אין אן ערליכע מוסד זאלט איר צוריק גיין קיין ארץ ישראל און איר וועט האבן גרויס הצלחה.


בנוגע פרנסה וכו'; וויסן זאלסטו, אז ווען מען איז מסופק וואו מען זאל וואוינען וכו' איז פרנסה נישט די זאך אויף וואס מען דארף קוקן, דער עיקר וואס א איד דארפט קוקן איז אויף איין זאך: "אויף די חינוך הבנים והבנות"; ווען מען זוכט א פלאץ וואו צו וואוינען איז חינוך הבנים והבנות די וויכטיגסטע זאך; פרנסה געבט דער אייבערשטער וואו אימער מען וואוינט און וואו אימער מען געפונט זיך, עס איז נאריש צו טראכטן אז דעם אייבערשטנס האנט וואס געבט פרנסה קומט אן נאר קיין אייראפע; עס איז דא גענוג און נאך פרנסה אין ארץ ישראל און עס זענען דא גענוג מענטשן וואס מוטשען זיך אויף פרנסה אין אייראפע, דער אייבערשטער שפייזט יעדן איינעם, ער געבט פרנסה פאר יעדן איינעם; א איד דארף קוקן אויף זיינע קינדער, די קינדער זאלן האבן א פלאץ וואו זיי וועלן אויפוואקסן ערליכע אידן.


דעריבער זאלט איר זיך נאכפרעגן אויף א גוטע מוסד, אן ערליכע מוסד, און אז זיי נעמען אריין אייערע קינדער איז גוט פאר ענק צוריק צו גיין קיין ארץ ישראל, בפרט אז איר האט דאך א דירה דארט. און אז דיין ווייב וועט זיין פרייליך פון דעם, זי וועט הנאה האבן צו זיין אין ארץ ישראל וועסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#8 - ווי אזוי טרייבט מען ארויס שדים פון הויז?
מחלוקת, שמחה, פחדים, כעס, דירה, שדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט פון מענטשן אין שול אז אין א נייע הויז געפונען זיך שדים, איז דא עפעס וואס איך קען טון צו דעם, זיי ארויסצונעמען פון הויז?


ווען איך זיץ אויפ'ן קאוטש, שפיר איך ווי מיין הויז ציטערט און שאקעלט זיך אביסל.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ב' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


היט זיך פון כעס און מחלוקת, וועלן אלע שדים אנטלויפן פון דיין שטוב, און די שכינה וועט רוען ביי ענק אין שטוב. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות קליפה חלק ב', סימן א'): "יֵשׁ שֵׁדִים שֶׁמְּצוּיִים בַּבָּתִּים, שֶׁהֵם מְקַלְקְלִין הַשְּׁלוֹם בַּיִת", עס זענען דא שדים וואס געפינען זיך אין הייזער און זיי מאכן קאליע די שלום בית, "וְעַל יְדֵי זֶה כַּעַס וּקְטָטוֹת בַּבַּיִת", און דורכדעם איז דא כעס און קריגערייען אין שטוב, "וְעִקַּר הַבַּיִת הוּא הָאִשָּׁה", דער עיקר פון די שטוב איז די ווייב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא ב.): "בֵּיתוֹ זוֹ אִשְׁתּוֹ", די ווייב איז די שטוב, "וְעַל כֵּן עַל פִּי רֹב עִקַּר הַקְּטָטוֹת מִמֶּנָּהּ", דעריבער אין מערערע פעלער איז די קריגערייען פון איר, "וְלִפְעָמִים נֶאֱחָזִים בִּשְׁאָר בְּנֵי הַבַּיִת, וְעַל יְדֵי זֶה נַעֲשִׂים הַקְּטָטוֹת וְהַמְּרִיבוֹת", און דורכדעם ווערט אלע קריגערייען, "וְעַל יְדֵי זֶה בָּאִים יִסּוּרִים עַל בְּנֵי הַבַּיִת", און דאס ברענגט יסורים אויף די שטוב. "וְזֶה מְפֹרָשׁ בַּפָּסוּק", דאס איז מרומז אין די ווערטער פונעם פסוק (איוב כא, ט): "בָּתֵּיהֶם", זייערע הייזער, "שָׁלוֹם מִפָּחַד", זענען מיט פרידן פון שרעק, "וְדָרְשׁוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה", און די הייליגע חכמים זאגן (רש"י, שם): "מִפַּחַד, אֵלּוּ שֵׁדִים", דאס מיינט מען די מזיקים, די שדים, "וְזֶהוּ 'שָּׁלוֹם מִפַּחַד'", דאס זאגט אונז דער פסוק, "כִּי הַשָּׁלוֹם הֵפֶךְ הַפַּחַד, שֶׁהֵם הַשֵּׁדִים הַמְקַלְקְלִים הַשָּׁלוֹם, וְזֶהוּ: 'וְלֹא שֵׁבֶט אֱלוֹקַ' וְכוּ', הַיְנוּ הַיִּסּוּרִים", עיין שם.


די שדים ווערן באשאפן פון כעס, אזוי זאגט דער רבי (ספר המדות אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דארט וואו מען קריגט זיך - איז דער נישט גוטער; היט זיך פון כעס און מחלוקת וועלן אלע שדים אנטלויפן, און די שכינה וועט רוען ביי ענק אין שטוב.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - פארוואס נאר אונז האבן נישט קיין אייגענע דירה?
אידיש געלט, שווער און שוויגער, תפילות אויף אידיש, פרנסה, שמחה, מדות טובות, עצבות, דירה, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די לעכטיגע שיעורים, עס איז ממש מחיה נפשות ברוך ה', יישר כח אייבערשטער.


איך שפיר ווי מיין לעבן איז מיר געווארן ביטער ביטער שווער. מיר זענען א יונגע קאפל, חתונה געהאט אפאר יאר, מיר האבן נישט קיין אייגענע דירה, דא אין ארץ ישראל איז ביטער שווער קויפן א דירה, די פרייז איז גאר טייער, אפילו מיט די הילף פון ביידע זייטן עלטערן. און דא הייבט זיך אן אונזער פראבלעם.


מיין מאנ'ס משפחה האט נישט קיין שום געלט, מיינע עלטערן האבן געברענגט אביסל א קליינע סומע, אבער זיי האבן כאטש געוויזן אז זיי אינטערעסירן זיך אין אונז, זיי פרובירן כאטש צו העלפן, אבער פון די אנדערע זייט שפיר איך ווי איך האב ממש פיינט מיין מאנ'ס עלטערן, עס אינטערעסירט זיי ממש גארנישט פון אונז, מיין שווער און שוויגער האלטן ממש נישט ביים געבן עפעס. איך שפיר ממש ווי איך גיי אויס פאר קנאה פאר מענטשן וואס זייערע עלטערן געבן זיי געלט, און זיי האבן א שיינע הויז.


די גרעסערע פראבלעם איז אבער אז מיין שוויגער געבט יא און העלפט יא גאר אסאך פאר מיין מאנ'ס ברידער, זי קויפט זיי און געבט זיי נאכאנאנד זאכן און דאגה'ט זיי. זי האט אונז בכלל נישט ליב, איך שפיר אז קיינער האט אונז נישט ליב ביי מיין מאנ'ס זייט. ווייל מיר האבן נאכנישט א דירה, זענען מיר גארנישט ווערד, וואס טו איך? איך האב זיי נישט ליב, איך האב פיינט מיין מאנ'ס עלטערן.


איך וויל נישט קומען אויף שבת ווייל מיין שווער איז א גרויסער קמצן, די לעקטער פארלעשט זיך דארט מיט א זייגער אינמיטן די סעודה, אויך די עירקאנדישאן, פונקט פארקערט פון די גרויסע שפע וואס גייט ביי מיין טאטע, מיין מאן וויל אבער יא גיין.


וואס טוט מען? איך שפיר זיך אזוי שלעכט, איך וויל אזוי שטארק אויך האבן א גרויסע הויז דא אין שטאט, אבער עס קאסט 2 מיליאן שקל, זאלן מיר זיך רייסן מיט חובות? אדער ווארטן ביז ווען? אן הגרלה אויף דירות און אביסל מער ביליג אבער עס איז גרייט נאך אסאך יאר? איך האב מורא אריינגיין אין טיפע חובות, ווי אויך איז גאר א סכנה דא אין ארץ ישראל מיט די באנק.


ביטע אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען אונז געבן א גוטע עצה און אן ענטפער, איך ווארט זייער אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי ממש נישט וואס די צרה איז און אויף וואס די געוויינען זענען; וואס האט א גוט לעבן צו טון מיט האבן אן אייגענע דירה? מען קען האבן אן אייגענע דירה און גארנישט האבן, און מען קען לעבן א זיסע לעבן אן האבן אן אייגענע דירה; איז וואס איז דאס געוויין און דאס געשריי אויף נארישקייטן.


עס איז א סכנה זיך אפצורעדן און צו קרעכצן; אז מען וויינט אויף גארנישט ברענגט דאס שווערע צרות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה טז, כ) די אידן האבן געוויינט ביי די מרגלים, האט דער אייבערשטער זיי געזאגט: "אתם בכיתם בכיה של חנם לפני", ענק האבן געוויינט אומזיסטיגע געוויין, "אני אקבע לכם בכיה לדורות", איך וועל ענק מאכן וויינען אויף אלע דורות; ווען מען וויינט אויף גארנישט מיט נישט, ברענגט מען שווערע צרות, אויך ברענגט דאס אלע עבירות. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב סימן ז, אות יא): "כִּי בְּזֶה הַחֵטְא וְהַפְּגָם", ווייל אז מען וויינט אומזיסט אויף גארנישט און אויף נישט, מען קרעכצט און מען רעדט זיך אפ - "תְּלוּיִים כָּל הָעֲווֹנוֹת", דאס ברענגט אלע עבירות, "כּוֹלֵל כָּל הַחֲטָאִים", דאס איז אזוי הארב ווי אלע עבירות רחמנא לצלן. דער רבי זאגט דארט ווייטער: "כְּפִי מַה שֶּׁזּוֹכֶה לִפְעֹל בַּקָּשַׁת סְלַח נָא", און אז מען איז מתקן די פגם, מען הערט אויף וויינען, מען רעדט זיך נישט אפ, מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן - "מִזֶּה נַעֲשֶׂה בְּחִינַת חֲנֻכַּת הַבַּיִת", קען מען זוכה זיין צו א נייע שטוב, באקומען אן אייגענע הויז.


דאס וואס איר שפירט ווי דאס לעבן איז אייך ביטער ביטער - דאס האט נישט מיט די דירה, דאס איז די קנאה וואס מאכט חרוב אייער לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה, עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס איז מקנא א צווייטן - ווערן זיינע ביינער פארפוילט; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס גייט ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן, קנאה מאכט דאס לעבן אויס, מען עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט, און דאס מאכט מען זאל ליב האבן די אנדערע געשוויסטער און אייך נישט, קנאה שטופט אוועק אהבה, איר דארפט בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל קיינעם נישט מקנא זיין, איך זאל זיין צופרידן מיט מיין לעבן", אויך זאלט איר עסן יעדן טאג אפאר שטיקלעך קנאבל, דאס איז א סגולה אוועק צו נעמען קנאה און א סגולה מען זאל זיך אליין ליב האבן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות אהבה, סימן יא): "הַשּׁוּם מְסֻגָּל לְאַהֲבָה", עסן קנאבל איז א סגולה צו זיך ליב האבן, און קיינעם נישט מקנא זיין.


ווי לאנג א מענטש האלט אז מענטשן קומען אים עפעס - איז א גרויסע רחמנות אויף אים; מען ווערט פון דעם חרוב. אז עלטערן העלפן די קינדער מיט א הויז, מיט געלט וכו' - איז דאס א שיינע זאך; דאס מיינט נישט אז זיי דארפן דאס טון, און אז זיי געבן פאר א טייל קינדער יא און פאר א טייל קינדער נישט - קען מען נישט האבן קיין טענות, מען דארף זיי ווייטער מכבד זיין און געדענקען אז די געלט און די הויז און אזוי ווייטער - אלעס איז פונעם אייבערשטן.


איר זאלט ווייטער גיין אויף שבתים צו זיינע עלטערן און זיי מכבד זיין, און טוט נישט וויי אייער מאן, רעדט נישט צו אים קעגן זיינע עלטערן; עס איז א גרויסע עבירה און א גרויסע שטות פון די ווייבלעך וואס העצן אויף זייער מאן קעגן זייער טאטע מאמע, דאס מאכט חרוב די שלום בית, מען פארלירט אלעס.


בעטס דעם אייבערשטן די תפילה:


"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין דאנקבאר פאר יעדן איינעם, איך זאל נישט מיינען אז עס קומט מיר עפעס. הייליגער באשעפער העלף מיר אויסארבעטן מיינע שלעכטע מידות, איך האלט אז אלע קומען מיר, אלע דארפן מיר טון, אלע דארפן מיר מאכן. אויך די שלעכטע מידה פון קנאה; איך ווער אויפגעגעסן, איך האב נישט הנאה פון לעבן.


אנא השם, איך בעט דיר אייבערשטער, רחם עלי, האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה צו גלייבן אז דו טוסט אלעס, דו ביסט אלעס, אלעס קומט פון דיר און נאר צו דיר דארף מען זיך ווענדן".


אזוי זאלט איר בעטן, און לייגט צו אייערע אייגענע תפילות, ביז עס וועט אייך גוט ווערן אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - מעג מען בעטן דעם אייבערשטן פאר אן אייגענע שיינע הויז?
אידיש געלט, קינדער, תפילה והתבודדות, דירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יעדעס מאל ווען איך וויל עפעס קויפן וואס איך דארף נישט האבן, נאר איך וויל עס האבן, טראכט איך צו זיך 'וואס וויל איך ענדערש, די זאך וואס איך וויל אדער א הויז?' און איך לייג אוועק דאס געלט צו קענען קויפן אן אייגענע הויז. איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל שוין שנעל קענען האבן מיין אייגענע הויז.


איך וויל פרעגן אויב איז א פראבלעם צו וועלן האבן א שיינע הויז? דער ראש ישיבה זאגט אלעמאל אז מען איז דא אויף די וועלט נאר פאר אפאר יאר, אבער איך וויל עס יא און איך בעט דעם אייבערשטן פאר א שיינע הויז. מעג מען בעטן אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת בלק, ט' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר לעבט מיט א חשבון, איר געבט נישט אויס געלט פאר זאכן וואס איר ווילט; איר ווייסט און פארשטייט דער חילוק פון דארפן און וועלן, וואס דארף מען אין לעבן און וואס וויל מען, און איר געבט נאר אויס די געלט פאר זאכן וואס איז וויכטיג.


בנוגע בעטן דעם אייבערשטן אויף א שיינע באקוועמע דירה וכו'; אודאי מעג מען בעטן דעם אייבערשטן אויף א שיינע הויז, דאס איז דאך די מצוה פון תפילה, מען זאל בעט דעם אייבערשטן וואס מען דארף און וואס מען וויל; דאס איז שלימות התפילה, בעטן דעם אייבערשטן וואס דרוקט און וואס מען וויל.


בעטס דעם אייבערשטן אויף א שיינע באקוועמע דירה וואו איר וועט קענען אויפציען אייערע קינדער מיט ישוב הדעת, א שיינע דירה איז דאך איינע פון די זאכן וואס די הייליגע חכמים זאגן (ברכות נז:) פון די זאכן וואס איז מרחיבין דעתו של אדם, דירה נאה.


וואויל איז דעם מענטש וואס איז דבוק צום אייבערשטן און בעט אויף יעדע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - ווי אזוי קען מען זיך היטן חובות, אויב קויפט מען א הויז מיט א מארגעדזש?
חובות, פרנסה, דירה, געלט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך באקום ברוך ה' יעדע וואך דער גליון היכל הקודש און די וועכנטליכע קונטרס עצתו אמונה פון די טייערע מפיצים דא אין שטאט, און איך האב געליינט א בריוו אינעם גליון וואס האט מיר געמאכט טראכטן.


דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט דארט איבער די הארבקייט פון חובות, איבער דעם וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט אז מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו זיין א בעל חוב. למעשה איז דער מציאות היינטיגע צייטן אז עס נישט מעגליך פאר רוב מענטשן צו קויפן א הויז אדער א קאר אן צו נעמען א "משכנתא", א מארגעדזש, געווענליכע מענטשן קענען נישט אראפלייגן אזעלכע גרויסע סומעס אויף איין מאל, ספעציעל דא אין ארץ ישראל וואס עס איז איינגעפירט ביי טייל קהלות אז מען נעמט זיך אונטער צו קויפן א דירה פאר די קינדער.


ווי אזוי קען מען לעבן אן צו זיין א בעל חוב פאר די באנק, אויב מען וויל קויפן א הויז?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא ב', י' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס מיינט מען נישט ארויסנעמען א מארטגעדזש אדער א פיינענס, דאס איז דאך דער דרך העולם המסחר; דאס איז אנשטאט צאלן רענט פאר א צווייטן - צאלט מען פאר זיך אליינס, מען צאלט צוריק פארן באנק.


דאס וואס דער הייליגער רבי האט אונז זייער געווארנט נישט צו האבן חובות - דאס מיינט מען 'נישט בארגן געלט פון מענטשן', השם ישמרינו; נישט ווערן א קנעכט פאר אנדערע. אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, ז): "עֶבֶד לוֶֹה לְאִישׁ מַלְוֶה", דער וואס בארגט געלט - ווערט יענעמ'ס א קנעכט.


אויב מען איז יא פארזינקען אין די חובות, איז דאס ערשטע זאך - מען זאל אויפהערן בארגן; זיך מאכן א פעסטע באשלוס 'נישט בארגן מער קיין געלט, קיין איין פרוטה', און אז מען דארף אהיימברענגען פרנסה און מען האט נישט - מעג מען גיין נאך געלט, צאמנעמען געלט ביי אידישע קינדער; עס דארף נישט זיין קיין בושה, ווייל אזוי שטייט אין שלחן ערוך (יורה דעה סימן רנג, סעיף ב), ווער עס האט נישט קיין געלט - מעג נעמען פון צדקה.


צווייטנס, מען קען באצאלן חובות צוביסליך. מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט ווי אזוי צו באצאלן חובות; יעדן טאג, יעדע מאל - טראגט מען פארן מלוה נאך אביסל און מען איז אים מפייס, און במשך הזמן קען מען זוכה זיין ארויסגיין פון אלע חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4 - וואס זענען די מנהגים ביים זיך אריינציען אין א נייע דירה?
שלום בית, לימוד התורה, אמונה, ספרי ברסלב, אידישע שטוב, מנהגים, צדקה, מזוזה, דירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיינע שבת מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל, איך האב אזויפיל געדאנקט דעם אייבערשטן פאר דעם שיינעם שבת, ס'איז ממש נישטא קיין ווערטער, איך בין נאך גאר שטארק אונטער'ן רושם פון דעם שבת. אויך א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים און בריוו, איך נעם מיין גאנצע חיות נאר פון די שיעורים און עצתו אמונה.


א גרויסן יישר כח פאר מיין שיינע לעבן, פאר מיין שיינע אידישקייט, דער אייבערשטער איז געווארן אזוי גוט און זיס אין מיינע אויגן, אמאל איז עס ליידער נישט געווען אזוי, מיין גאנצע לעבן איז פשוט שיין געווארן בזכותכם.


א צייט צוריק בין איך געווען אין יבנאל ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש, נאך אזויפיל בענקען דערצו, איך האב געהאט דארט א מורא'דיגע התעוררות, איך האב גאר שטארק געוויינט, איך האב געבעטן פון מוהרא"ש ער זאל אכטונג געבן אויפ'ן ראש ישיבה, אז איך זאל קענען ווייטער אטעמען, ווייל דאס איז מיין גאנצע לעבן, איך האב דערציילט פאר מוהרא"ש אסאך זאכן וואס איך האב באקומען פונעם ראש ישיבה. עס איז נישט גרינג ארויסצוברענגען די הרגשים, איך האב אבער פראבירט.


איך גיי אי"ה אריבער צו א נייע דירה אין די קומענדיגע טעג, איך האב א קליינע שאלה, מענטשן האלטן אין איין זאגן פארשידענע סגולות וואס מען דארף טון איידער מען גייט אריין אין א נייע דירה; מיין שאלה איז צי איך דארף עס טון, איך וועל זיך פרייען צו באקומען א קליינע הדרכה אויב עס איז נישט שווער, איך פארשטיי אז דער ראש ישיבה שליט"א איז פארנומען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי מיט שמחה אין דיין נייע דירה; די גרעסטע סגולה איז די מצות עשה פון קביעות מזוזה, דאס איז די גרעסטע שמירה פאר די דירה. דער זוהר הקדוש זאגט (תקוני זוהר, תקון י', דף כה.) "מְזוּזַת" איז די אותיות "זָז מָוֶת", די מזוזה היט די שטוב פון אלעם שלעכטס.


ברענג אריין ביי דיר אין שטוב דעם רבינ'ס ספרים, דאס איז א סגולה פאר שמירה, עס היט אפ די שטוב. דער רבי האט אונז געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנה): "כִּי סְפָרָיו הֵם שְׁמִירָה גְּדוֹלָה בַּבַּיִת לִשְׁמֹר", זיינע ספרים זענען א שמירה פאר די שטוב, "גַּם הָעֲשִׁירוּת וּמָמוֹן הָאָדָם מִכָּל הַהֶזֵּקוֹ", אויך זענען די ספרים א גרויסע שמירה פאר די געלט, "וְהִזְכִּיר אָז עָשִׁיר אֶחָד שֶׁהָיָה יוֹדְעוֹ וּמַכִּירוֹ, וְאָמַר, שֶׁגַּם אֵלָיו הִיא טוֹבָה גְּדוֹלָה שֶׁיִּהְיֶה הַסֵּפֶר שֶׁלִּי בְּבֵיתוֹ, כִּי יִהְיֶה לוֹ שְׁמִירָה גְּדוֹלָה לְכָל דָּבָר וְשֶׁתִּתְקַיֵּם עֲשִׁירוּתוֹ", דער רבי האט דערמאנט איינעם ביים נאמען, אן עושר וואס האט געהאלטן די ספרים אין שטוב, דורך דעם איז ער געבליבן רייך.


ועל כולם  - נעם אריין דעם אייבערשטן אין שטוב, זע עס זאל זיין נאר שלום אין שטוב, דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז שלום (שבת י.). זאלסט רעדן שיין צו דיין ווייב, אז זי זאגט דיר עפעס א ווארט וואס איז נישט לפי דיין כבוד - זאלסטו נישט ענטפערן; שלינג עס אראפ און זיי איר מוחל.


זאלסט קיינמאל נישט אוועקשיקן א געלט גייער; ווען מען קלאפט אין דיין טיר פאר צדקה - זאלסטו געבן לויט דיין יכולת, און דער עיקר זאלסטו מחזק זיין און מכבד זיין מיט א טרינק וכדומה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה ו, יז): "א טיר וואס מען עפנט נישט פאר צדקה - וועט מען דארפן עפענען פאר'ן דאקטער", השם ישמרינו; זאלסטו שטענדיג עפענען דיין טיר פאר צדקה.


זע צו לערנען אין שטוב; מאך זיך א קביעות צו האבן לכל הפחות א שיעור אין שטוב. אפילו מען לערנט אין שול, מען לערנט אין כולל - דארף מען האבן א שיעור אין שטוב, דאס היט די שטוב. די הייליגע חכמים זאגן (עירובין יח:): "כָּל בַּיִת שֶׁאֵין נִשְׁמָעִים בּוֹ דִּבְרֵי תּוֹרָה בַּלַּיְלָה אֵשׁ אוֹכַלְתּוֹ", א שטוב וואס מען הערט נישט דברי תורה ביינאכט - ווערט פארברענט; אז דו וועסט לערנען אין שטוב - וועט די תורה היטן דיין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - מעג איך מנדב זיין פאר אשר בנחל, אין די צייט וואס איך בין שולדיג חובות?
חובות, אשר בנחל, דירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן; אויב איך האב חובות, איך בין שולדיג געלט פאר מענטשן, מעג איך געבן געלט צו דרוקן "אשר בנחל"? און אויב יא, דארף מען געבן פאר א גאנצע ספר, אדער איז גענוג צו געבן א חלק?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט פרעגן נאך שטערקער; אויב איינער וויל מנדב זיין געלט פאר אשר בנחל אויב ער מעג גיין איינברעכן אין א הויז גנב'נען געלט צו קענען דרוקן אשר בנחל, אדער גיין שטילערהייט ארויסנעמען געלט פון איינעמס טאש צו קענען דרוקן אשר בנחל; וואס טראכסטו, וואס וואלסטו געזאגט, מען מעג? איז דאס בכלל א שאלה?! אודאי טאר מען נישט! מען טאר נישט גנב'נען אפילו מען וויל טון מצוות, דאס איז א מצוה הבאה בעבירה.


אזוי איז ווען איינער איז שולדיג געלט פאר אנדערע, יעדע פרוטה וואס ער האט דארף ער קודם צוריקצאלן פאר זיינע בעלי חובות; ער טאר אפילו נישט געבן קיין מעשר, די מעשר געהערט פאר די בעלי חובות.


אז דו האסט א געפיל אין ספר אשר בנחל זאלסטו טון וואס מוהרא"ש חזר'ט טויזנטער מאל אין ספר אשר בנחל, מען זאל באצאלן חובות; אז מען האט נישט קיין געלט זאל מען גיין צאמנעמען געלט צו קענען באצאלן די חובות, עס איז נישט קיין בושה צאמצונעמען געלט ווען מען האט נישט צו באצאלן, א בושה איז בארגן אן קיין חשבון, זיין שולדיג חובות - דאס איז א חרפה און בושה; א בושה איז ווען מען קומט געלט פאר בעלי חובות און מען געבט צדקה, מען האלט זיך ווי א שיינער איד, דאס איז די גרעסטע בושה.


עס איז וויכטיג צו באמערקן אז ווען מען רעדט פון חובות מיינט דאס נישט א מארטגידזש, אז מען האט א מארטגידזש (משכנתא); דאס איז אזוי ווי רענט, דאס צאלט מען צוביסליך יעדע חודש, אזוי אויך אז מען האט געבארגט פון גמ"ח און עס גייט אראפ חודש'ליך פונעם באנק אקאונט, דאס איז עפעס אנדערש; מען רעדט פון חובות, פון זיין שולדיג פאר מענטשן, עס איז שוין לאנג אריבער דער זמן הפרעון און אנשטאט באצאלן געבט מען צדקות, דאס איז גניבה וגזילה.


אז דו ביסט מקורב צום רבי'ן, דיין חיות איז דער רבי, דיין וועג ווייזער איז דער רבי - זאלסטו אכטונג געבן פון יעצט מער נישט צו בארגן און שוין מאכן א פלאן ווי אזוי צו באצאלן די אלטע חובות, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון, זאל אכטונג געבן נישט צו זיין קיין בעל חוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - דארף איך זיך אריבערציען וואוינען נעבן מיין טאטע?
כיבוד אב ואם, דירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל דארף איך אפגעבן א יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, די פשוטע אמונה, די עצות אויף אלע אספעקטן אין לעבן, אויף שלום בית, חינוך און נאך, דאס איז ממש מיין וועגווייזער אויף טריט און שריט. דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער קענען אנגיין מיט עבודת הקודש, אריינצוברענגען די לימודים פון רבי'ן אין אידישע קינדער.


איך האב ברוך ה' שוין חתונה געהאט פאר אסאך יארן, מיר האבן ברוך ה' א שטוב מיט ליכטיגע קינדער, און אויך א גוטע פרנסה ברוך ה'. איך וואוין אין ארץ ישראל, איך האב דא חתונה געהאט, אבער איך קום פון א צווייטע לאנד.


מיינע עלטערן האבן שוין חתונה געמאכט אלע קינדער, און ברוך ה' אז זיי זענען אויך שיין מצליח אין לעבן, אבער לעצטנס האט זיך מיין טאטע פארלייגט אויף מיר און ער וויל איך זאל צוריקגיין וואוינען נעבן אים.


מיר איז דאס זייער שווער, איך האב זיך זייער גוט מסדר געווען דא שוין פאר אסאך יארן, מיין ווייב'ס גאנצע משפחה וואוינט דא, בכלל איז דאס זייער שווער זיך אויפצוהויבן יעצט מיט א גאנצע משפחה און זיך אוועקציען צו א צווייטע לאנד, און ס'איז דא אסאך פראבלעמען וואס איך קען דארט האבן, אויסער נאך אסאך סיבות פארוואס ס'איז מיר זייער שווער דאס צו טון.


פון די אנדערע זייט וויל דאך דער אייבערשטער איך זאל מכבד זיין טאטע מאמע, אפשר וועגט כיבוד אב איבער די אלע שוועריקייטן? מיין טאטע וועט זיין זייער אנטוישט אויב וועל איך זיך נישט אריבערציען נעבן אים.


איך האב שוין געמאכט אסאך התבודדות און תפלות אויף דעם, זעט אבער אויס ס'איז נאכנישט געווען גענוג. מיין טאטע דרוקט אויף מיר ווען איך קום שוין, און איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס איז די מצוה פון כיבוד אב ואם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "שְׁשָׁה שֻׁתָּפִין הֵן בְּאָדָם, הַקָדוֹשׁ בָּרוּ הוּא, וְאָבִיו וְאִמּוֹ, בִּזְמַן שֶׁאָדָם מְכַבֵּד אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ, אֹמֵר הַקָדוֹשׁ בָּרוּ הוּא, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִבְּדוּנִי", ווען א מענטש איז מכבד טאטע מאמע, זאגט דער אייבערשטער, איך רעכן עס כאילו ער איז מיך מכבד; נאך זאגן די הייליגע חכמים (ירושלמי קידושין א, ז): "רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי אוֹמֵר, גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", רבי שמעון בן יוחאי זאגט, דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מער מכבד זיין טאטע מאמע ווי מען זאל מכבד זיין דעם אייבערשטן אליינס.


קענסט בלייבן וואוינען דארט וואו דו וואוינסט; כיבוד אב מיינט נישט צו זאגן אז מען דארף טון וואס די עלטערן זאגן, עס איז דא הלכות וואס מיינט כיבוד אב ואם, א גאנצע סימן אין שלחן ערוך (יורה דעה, סימן רמ) - וואס מיינט כיבוד, וואס מיינט מורא; עס מיינט נישט צו זאגן אז יעדע זאך וואס טאטע מאמע פארלאנגען פון די קינדער מוזן די קינדער טון, דו זיי מכבד דיינע עלטערן; רוף זיי יעדן איינציגסטן טאג, דערצייל זיי פון דיינע קינדער, דערצייל זיי שיינע זאכן, מעשיות פון צדיקים, מעשיות פון השגחה פרטיות; דו דארפסט נישט אהין גיין וואוינען.


די גרעסטע כיבוד אב איז, ווען די עלטערן זעען זייער קינד לערנט און דאווענט און פירט זיך מיט יראת שמים (עיין קיצור שלחן ערוך הלכות כיבוד אב ואם, סימן קמג). ווער עס וויל באמת מכבד זיין זיינע עלטערן זאל לערנען די הייליגע תורה און עוסק זיין אין מצוות ומעשים טובים, דאס איז דער גרעסטער כיבוד אב וואס עס איז נאר שייך, מענטשן זאגן: "וואויל איז פאר די עלטערן וואס האבן מגדל געווען אזא קינד", חס ושלום, אז מען גייט נישט בדרך התורה - דאן ווערן די עלטערן זייער פארשעמט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - זאלן מיר זיך צוריק ציען קיין אמעריקע?
שמחה, עצבות, עצות, דירה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין אין ארץ ישראל זייט מיין חתונה, איך מיט מיין ווייב קומען ביידע פון אמעריקע, געווענליך רוב מענטשן ציען זיך צוריק קיין אמעריקע אפאר יאר די חתונה, מיר האבן מחליט געווען צו בלייבן דא וואוינען צוליב די רוחניות, און צוליב די נסיונות פון טעכנעלאגיע וואס איז נישט אזוי שטארק נפרץ אין ארץ ישראל ברוך ה'.


מיר ביידע זענען מחשיב דאס וואוינען דא, אבער מיט איין זאך איז אונז דא זייער שווער, וואס מאכט אונז זייער דעפרעסט, אז מיר האבן נישט דא קיין חברים און משפחה, און אויך נישט קיין סביבה צו וואו צו געהערן. איך האב שוין אסאך מתפלל געווען אז איך זאל טרעפן דא גוטע חברים און אן ערליכע סביבה, אבער דערווייל האב איך נאכנישט מצליח געווען.


איך האב געזען אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר איינעם אז מ'דארף וואוינען וואו ס'איז גוט פאר די חינוך פאר די קינדער, איז מיין שאלה וואס ס'איז ריכטיג צו טון אין מיין מצב, זאל איך בלייבן דא וואוינען ווייל דא וועט זיין בעסער די חינוך פאר מיינע קינדער, טראץ וואס דאס וואס וואוינען דא מאכט מיר זייער בעצבות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עצבות האט נישט צו טון מיט די פלאץ וואו מען וואוינט, עצבות איז א זאך וואס מען דארף ארבעטן טאג און נאכט אויף דעם דאס אוועק צו שטופן. וואו א מענטש וועט זיך נאר געפונען, זאל ער זיין אין גן עדן מיט'ן אייבערשטן אליין - וועט ער אויך דארפן אוועק שטופן די עצבות. אדם הראשון איז געווען אין גן עדן מיט חוה, זיי האבן געוואוינט אינעם שענסטן פלאץ וואס איז נאר פארהאן, דאך איז אנגעקומען דער שלאנג און זיי איבערגערעדט זיי זאלן נישט פאלגן דעם אייבערשטן און ער האט זיי אריין געווארפן אין אן עצבות, אין א מרה שחורה, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה סה, כה): "וְנָחָשׁ עָפָר לַחְמוֹ", דער שלאנג - זיין זאך איז עצבות וואס קומט פון עפר.


מיין נישט אז אין אמעריקע וועט דיר זיין גרינגער, נאר וואו מען געפונט זיך דארף מען ארבטן מיט אלע כוחות אוועק צו שטופן די עצבות און מרה שחורה, דעריבער האט אונז דער הייליגער רבי באפוילן אז מיר זאלן ארבעטן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", עס איז א גרויסע מצוה זיך צו שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דיפרעסט. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", און אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דיפרעסט און נישט פרייליך.


ווי קען מען זאגן פאר א צווייטן וואו צו וואוינען וכו'? איך קען דיר מחזק זיין זאלסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אז דו זאלסט וויסן וואס צו טון, אים בעטן זאלסט האבן א געפיל דארט וואו דו וואוינסט - די עצה קען איך דיר געבן, דאס איז די עצה פאר דער וואס האט נישט קיין עצה. אזוי ווי רבי נתן ברענגט (שיחות הר"ן, סימן רלח), דער רבי האט אמאל געהערט ווי איינער דאוונט מעריב און כאפט אפ די ווערטער: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ", האט דער רבי זיך אנגערופן און געזאגט: "די ווערטער פון 'וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ', דארף מען דאך זאגן מיט גרויס כוונה, דאס איז זייער א חשוב'ע תפילה"; ווייל דער עיקר פראבלעם איז אז מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען האט אויף יעדע זאך ספיקות צי מען זאל טון אזוי צו אזוי, דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ, רבונו של עולם געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן", אזוי זאלסטו טון; אז דו קענסט זיך נישט קיין עצה געבן זאלסטו טון די עצה פון התבודדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.