תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, כה יתן ה' וכה יוסיף.
איך האב געוואלט פרעגן אלס ודע מה שתשיב, איינער פרעגט מיר פארוואס מ'מאכט אזא מצב פון לימוד התורה, אז דאס איז די וויכטיגסטע זאך, אבער מ'זעט דאך אז ס'זענען דא מענטשן וואס לערנען תורה און פון דעסט וועגן פירן זיי זיך נישט ווי עס דארף צו זיין ביי געלט זאכן, שלום בית, אדער אנדערע זאכן.
זעט דאך אויס אז תורה אליין איז נישט גענוג צו שטעלן א מענטש אויפ'ן ריכטיגן פלאץ.
יישר כח, מרדכי
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מרדכי נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דאס וואס דו פרעגסט אלץ דע מה שתשוב, בעט איך דיר, בעסער זאלסטו נישט ענטפערן און זיך נישט טענה'ן מיט קיין אפיקורסים וואס גלייבן נישט אין די תורה.
ביי אונז אידן וואס גלייבן אין באשעפער און אין די ווערטער פון חז"ל און די הייליגע צדיקים איז נישט דא קיין צוויי וועגן; אז די הייליגע חכמים זאגן (קידושין ל.): "בָּנַי, בָּרָאתִי יֵצֶר הָרָע, וּבָּרָאתִי לוֹ תוֹרָה תַבְלִין", איך האב באשאפן דעם יצר הרע - זאגט דער אייבערשטער - און איך האב באשאפן א רפואה פארן יצר הרע, דאס איז די הייליגע תורה וואס איז א מעדיצין קעגן דעם יצר הרע, "אִם אַתֶּם עוֹסְקִין בַּתּוֹרָה אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אז מען לערנט תורה ווערט מען געראטעוועט פון אים, אזוי זאגט דער אייבערשטער; ממילא איז נישט דא קיין קשיות. זאלסט ענדערש נישט רעדן מיט מענטשן וואס לאכן אפ פון די תורה.
פאר דיר וועל איך יא ענטפערן וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (חגיגה טו:): "אַשְׁכְּחֵיהּ שְׁמוּאֵל לְרַב יְהוּדָה דְּתָלֵי בְּעִיבְרָא דְּדָשָׁא וְקָא בָּכֵי", שמואל האט געטראפן רב יהודה זיך אנלאנען ביים טיר פון שטאט און וויינט, האט ער אים געפרעגט: "פארוואס וויינסטו?" האט ער אים געענטפערט: "איך וויין ווייל איך האב מורא וואס וועט פאסירן מיט מיר; איך זע אז גרויסע תלמידי חכמים זענען ביים סוף אוועק געפאלן פונעם דרך הישר, דואג און אחיתופל זענען געווען אזוי גרויס אין תורה, מיט דעם שטייט אז זיי זענען פון די וואס אֵין לָהֶם חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא, וואס וועט זיין מיט מיר?! - האט רב יהודה געוויינט, האט אים זיין רבי - שמואל געענטפערט: דו דארפסט נישט וויינען, איי די וואס זיי זענען אוועק געפאלן און זייער תורה וואס זיי האבן געלערנט האט זיי נישט געברענגט צום אייבערשטן, ווייל: "טִינָא הָיְתָה בְּלִבָּם", זיי זענען געווען גרויסע רשעים שטילערהייט אלע זייערע יארן און זיי האבן נישט געלערנט די תורה צו ווערן נענטער צום אייבערשטן. אזוי אויך זאגן חז"ל (שם) אז רבי מאיר'ס רבי איז אוועק געפאלן אפילו ער איז געווען גרויס אין לערנען, ווייל: "זֶמֶר יְוָנִי לָא פְּסַק מִפּוּמֵיהּ", ער פלעגט זינגען גריכישע ניגונים, דאס האט אים געצויגן צו ליינען ביכער פון מינים און אפיקורסים.
עס איז נישט דא קיין שום וועג ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו קדושה נאר דורך די הייליגע תורה; זאל דאס זיין דער ערגסטער מענטש, זאל א מענטש ליגן אין עבירות חמורות, אויב וויל ער זיך אויפבינדן פונעם יצר הרע איז דאס נאר מעגליך דורך די תורה. אז ער נעמט די תורה פאר א וועג צו ווערן נאנט צום אייבערשטן וועט ער זוכה זיין אנצוקומען צו די גרעסטע מדריגות.
דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם, רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּך, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָך, יִהְיֶה אֵיך שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד". אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדען טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.