תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
שלום וברכה, איך האב געוואלט פרעגן וועגן קויפן די לאטערי, אדער פארשידענע אנדערע גורלות, ווי אויך איז דא געוויסע פארמעסטן וואו מ'צאלט אריין געלט אויפ'ן חשבון אז אויב ס'וועט זיין אזוי און אזוי וועט מען געווינען אסאך געלט, וויל איך וויסן אויב די אלע זאכן זענען אויסגעהאלטן על פי הלכה.
לעצטנס גייט מיר שווער אין פרנסה, האב איך זיך אריינגעלאזט אין די זאכן, איך ווייס אבער נישט אויב דאס איז אויסגעהאלטן, אדער אפשר איז דאס גאר אין כלל פון השתדלות פאר פרנסה.
איך הער אז ס'זענען דא מענטשן וואס ווערן פארקויפט פאר דעם און זיי פאלן אריין אין גרויסע חובות, פון די אנדערע זייט זעט מען אבער ביי מענטשן וואס לייגן זיך אריין אין ביזנעס אז זיי קענען אויך אריינפאלן אין חובות, און אפשר איז דא עפעס אן עצה אז מ'זאל נישט ווערן פארקויפט פאר דעם?
יישר כח, אהרן.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת האזינו, ח' תשרי, שלש עשרה מדות, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד אהרן נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
זע צו זאגן יעדן טאג דעם "תיקון הכללי" - די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער רבי האט מגלה געווען צו מתקן זיין פגם הברית [קאפיטל ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ]; ווייל דאס וואס א מענטש מוטשעט זיך אזוי שווער צו ברענגען פרנסה קומט ווייל מען האט נישט מתקן דעם תיקון הכללי - פגם הברית.
דער זוהר הקדוש זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס איז ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט וועט ער זיין אן ארימאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז אויב מען איז מוצא זרע לבטלה רחמנא לצלן פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארימאן; און אז מען זאגט די צען קאפיטליך תהילים פאררעכט מען וואס מען האט פוגם געווען, און מען איז זוכה צו פרנסה בניקל (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט).
אז דו מוטשעסט זיך מיט פרנסה זאלסטו נעמען די עצה פון הייליגן רבי'ן זיך מתבודד זיין יעדן טאג; גיי אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר געבן פרנסה גרינגערהייט, בעט אים: "הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, געב מיר פרנסה איך זאל קענען מפרנס זיין מיין ווייב און קינדער; עס איז מיר אזוי שווער, איך האב נישט קיין כח, וויפיל איך פארדין איז עס מיר נישט גענוג".
טייערער ברודער, וויסן זאלסטו אז עס איז נישט דא קיין זיסערע און געשמאקערע זאך ווי ווען א מענטש רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער וויינט צו אים און ער פארציילט אים אלעס וואס גייט אריבער אויף אים, דורך דעם איז מען זוכה צו האבן פרנסה.
מוהרא"ש זאגט אז דאס איז מרומז אין פסוק (בראשית מג, ל): "וַיָּבֹא הַחַדְרָה וַיֵּבְךְּ שָׁמָּה", נאכדעם שטייט (שם, לא): "וַיִּרְחַץ פָּנָיו, וַיֵּצֵא וַיִּתְאַפַּק, וַיֹּאמֶר שִׂימוּ לָחֶם"; ווייל די טרערן וואס א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן און וואשט זיך אפ דערמיט זיין פנים, דאס נעמט אראפ אלע עבירות פונעם מענטש, דאס וואשט אפ דעם מענטש פון אלע זיינע שלעכטס ביז מען איז זוכה צו האבן פרנסה.
אז דו וועסט זיך צו געוואוינען צו מאכן התבודדות, דו וועסט אויס שמועסן דיין הארץ צום אייבערשטן וועט דיר ליכטיג ווערן דיין לעבן, דו וועסט אנהייבן לעבן מיט אמונה, דו וועסט זיך נישט אויפרעגן אויף יעדע קליינקייט וואס גייט אנדערש ווי דו ווילסט עס זאל גיין, וואס דאס איז אויך א גרויסע סגולה פאר פרנסה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סח): "כעס איז מזיק די פרנסה".
מיר זאגן דריי מאל טאג דעם מזמור "תהלה לדוד" (תהלים, קמה); ווען מען זאגט פּוֹתֵחַ אֶת יָדֶךָ דארף מען אינזינען האבן דעם שם פון חת"ך אפ"י, די ראשי תיבות פון פ'ותח א'ת י'דיך איז חת"ך אפ"י, דער שם איז מסוגל אויף פרנסה; ווייל אז מען שניידט אפ [חותך] דעם צארן [אפי] וואס דאס איז די כעס, דורכדעם איז מען זוכה צו האבן פרנסה, און אויב חס ושלום מען שניידט נישט אפ דעם אפי פארלירט מען די פרנסה.
לאז דיך אפ פון די אלע דמיונות פון לאטעריס און אנדערע סארט געמבלס; דאס איז אלעס א שפיל פונעם שטן ווי אזוי צו פארנארן מענטשן. וויי פאר די וואס פאלן אריין אין דעם ביטערן נעץ, מען פארלירט די גאנצע געלט און נאכדעם פארלירט מען דאס לעבן השם ירחם.
דער אייבערשטער זאל דיר געבן א יאר מיט גרויס שפע.