תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
דער ראש ישיבה געבט אייביג עצות פאר א בחור ווי אזוי א חתן צו ווערן, האב איך געוואלט פרעגן וועלכע עצות איז דא פאר א מיידל א כלה צו ווערן?
א גרויסן יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
עס איז דא איין עצה צו טרעפן א שידוך, נישט קיין חילוק א בחור אדער א מיידל, די עצה איז תפילה און נאכאמאל תפילה.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): לבן און בתואל האבן געזאגט פאר אליעזר עבד אברהם: "מיר קענען נישט צוריק האלטן רבקה פון חתונה האבן מיט יצחק, ווייל "מֵה' יָצָא הַדָּבָר"; אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ, כִּי מֵה' הִיא", די עלטערן פון שמשון הגיבור האבן נישט געוואוסט אז זיין שידוך וואס ער האט געטראפן קומט פונעם אייבערשטן; און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", א הויז און א פארמעגן קען מען באקומען בירושה פון די עלטערן, אבער א שידוך קען מען נישט באקומען בירושה פון עלטערן, דאס קומט נאר פונעם אייבערשטן אליינס.
דער רבי זאגט (ספר המידות, אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; דאס איז די עצה סיי פאר א בחור סיי פאר א מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגע שידוך שנעל און גרינג", ווייל מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.
וואס דארפט איר מער פון לאה, וואס זי האט זוכה געווען חתונה צו האבן מיט יעקב אבינו נאר דורך תפילה; זי האט זייער אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אז זי וויל חתונה האבן מיט א צדיק, ווייל זי האט זייער מורא געהאט אז זי גייט באקומען א מאן א רשע. מענטשן פלעגן זאגן אז זי וועט חתונה האבן מיט עשו הרשע, און רחל וועט חתונה האבן מיט יעקב אבינו, אבער לאה האט נישט געוואלט חתונה האבן מיט עשו, נאר זי האט געוואלט האבן א מאן א צדיק, האט זי געוויינט צום אייבערשטן אלע אירע טעג, ביז זי האט זוכה געווען צו א מאן א צדיק, און רוב שבטים זענען ארויס געקומען פון איר.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט טרעפן אייער ריכטיגער שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.