תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די אלע חיזוק און שיעורים וואס געבן מיר א טעם אין לעבן יעדן טאג, איך האב אנגעהויבן לערנען יעדן טאג, רעדן צום אייבערשטן, און זיך פארשטיין מיט מיין ווייב, און אזוי ווייטער האט עס מיר געשטעלט אויף די פיס אין אלע הינזיכטן.
איך הער ב"ה די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן, אבער איך וואלט זייער געוואלט אריבערקומען אין ישיבה מיטצוהאלטן די שיעורים געהעריג, איך האב געוואלט קומען דאווענען צו אייך אין שול, אבער מיין ווייב איז געפערליך קעגן ברסלב און קעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, עס איז נישט צוליב נ-נח'ס און דאס גלייכן נאר ס'איז איר עפעס אריין א נארישקייט אין קאפ און זי וויל נישט הערן פון ברסלב און פונעם ראש ישיבה, וויפיל איך האב פרובירט צו רעדן מיט איר און איר מסביר זיין, וויל זי גארנישט פארשטיין און זי וויל נישט הערן.
שוין אפגערעדט פון פארן קיין אומאן אויף ראש השנה איז בכלל נישטא פון וואס צו רעדן, אבער ווען ס'קומט צו סיי וואס האט שייכות מיט ברסלב ווערט זי זייער נערוועז.
מיין הארץ טראפט בלוט, איך לעב ממש פון א פלאץ, און איך קען נישט אריינגיין דארט. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר?
יישר כח, יענקל
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד יענקל נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מען קען אלעס פועל'ן אין שטוב, מען דארף נאר האבן צו דעם אסאך סבלנות.
רעד נישט מיט דיין ווייב וועגן ברסלב, רעג איר נישט אויף; דיינע מעשים וועלן מאכן די ארבעט. דו פיר זיך אויף צו איר אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט און אזוי ווי מען לערנט אין 'היכל הקדוש' וועסטו זען אז אלעס וועט זיך טוישן לטובה.
יעצט וועסטו פארשטיין פארוואס דער רבי האט אזוי געוויינט ווען מען האט געזאגט אויפן רבי'ן אז דער רבי איז פון די ביטערע כת רחמנא לצלן; דער רבי האט געשריגן און געוויינט: "ווי קען מען אויסטראכטן אויף מיר אזעלכע שקרים וכו' וכו'?" רבי נתן האט נישט פארשטאנען פארוואס דער רבי וויינט אזוי, 'וואס דארף אנגיין פארן רבי'ן וואס יענער רעדט אויפן רבי'ן? האט ער געזאגט, איז וואס?!' אבער שפעטער ווען רבי נתן האט געהאט זיין מחלוקת האט ער געזאגט: "איך פארשטיי שוין פארוואס דער רבי האט געוויינט; עס איז נישט אגעגאנגען פארן רבי'ן אז יענער רעדט אויף אים, עס האט וויי געטון פארן רבי'ן אז מענטשן וועלן נישט קענען מקורב ווערן ווייל דער זקן זאגט אויף אים אזא לשון הרע".
בעוונותינו הרבים איז ברסלב זייער א פארשעמטע זאך; אפילו די וואס האלטן אז ברסלב איז גוט און איז מקרב מענטשן האלטן אז דאס איז גוט פארן שכן און פאר א צווייטן אבער נישט פאר זיך און זיכער נישט פאר די אייגענע קינדער. דאס קומט פון אלע לשון הרע'ס וואס מען רעדט אויף אונז.
מיט תפילה און סבלנות קען מען צו קומען צו אלעס גוטס.