תוכן השאלה
לכבוד הראש ישיבה שליט"א,
ראשית כל: ב"ה די האט-ליין איז מורא'דיג, די שיעורים זענען געוואלדיג!
יעצט צום ענין: איך האלט אז איך האב גוט מחנך געווען מיינע קינדער, און איך בין זיי ווייטער גוט מחנך, אבער מיין ווייב האלט אין איין קרעכצן: "געדענקסט דעמאלטס האבן מיר נאכגעגעבן פאר די קינד... און וועגען דעם איז ער יעצט אזוי אוון אזוי... געדענקסט אונז האבן נישט געגעבן ליבשאפט פאר די קינד און וועגען דעם איז ער אזוי..."
וויפיל איך פראביר איר צו דערמאנען אז אונזער שטוב איז ב"ה פול מיט ליבשאפט, און אז זי פארגעסט די גוטע זאכן, ווי למשל: ווען מען האט יא געשריגן אויף א קינד, געזאגט ניין פאר א קינד, און פון די אנדערע זייט געגעבן גוטע ווערטער און מחזק געווען, און מיר האבן ב"ה קיינמאל קיינמאל נישט געזאגט קיין נעגאטיווע זאך פאר א קינד, ווערט זי אבער נישט בארואיגט דערפון, און זי רעדט זיך ווייטער אפ.
איך מיין אז איר פראבלעם שאפט זיך פון דעם אז ב"ה אונזער שטוב איז אזוי קריסטאל, און זי ווייסט נישט וואס עס טוט זיך אין אנדערע שטובער ווי די עלטערן האבן בכלל נישט קיין השגה ווי אזוי צו זיין א ביישפיל פאר די קינדער, ווי אזוי צו זיין סיי שטרענג און סיי ווארעם, און די קינדער וואקסן אויף פצועים בגוף ובנפש.
ווי אזוי זאל איך זיך אומגיין מיט איר? און וואס זאל איך איר זאגן?
א גרויסן יישר כח פאר אלעס.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אז דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן אז דו האסט א שיינע שטוב אזוי ווי דו דרוקסט זיך אויס אין דיין בריוו: "אונזער שטוב איז ווי קריסטאל", וואס דארפסטו זיך זוכן פון אונטער דער ערד אויף וואס זיך אפצורעדן? דאנק דעם אייבערשטן אגאנצן טאג פאר די חסדים וואס ער טוט מיט דיר; זיי פרייליך און מאך פרייליך דיין שטוב וועסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז שטענדיג פרייליך איז מצליח.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן א) אז דער יצר הרע איז זיך מתלבש אין מצוות און אזוי פארנארט ער דעם מענטש אוועק צו גיין פונעם אייבערשטן; ווייל ווען דער יצר הרע זעט אז ער קען נישט בייקומען א מענטש, רעדט ער אים איין מיט זיינע פרומקייטן אז ער זאל מאכן א מחלוקת וכו'. דער מענטש ווייסט נישט אז דער יצר הרע רעדט אים דאס איין און ער הייבט זיך אן צו קריגן מיט די ווייב, ער מיינט אז דאס איז לשם שמים און אזוי כאפט אים דער יצר הרע אריין אין זיין נעץ. אבער א מענטש מיט אביסל שכל ווייסט און געדענקט אז עס איז נישט דא אזא זאך ווי זיך צו קריגן - אפילו לשם שמים, ווייל מחלוקת איז פון די סטרא אחרא, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו):"בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן".
וויסן זאלסטו, ווען דיין ווייב קאמפלעינט אז די קינדער פירן זיך נישט אויף גוט וכו' מיינט זי נישט זיך צו טענה'ען מיט דיר וכו', נאר זי וויל אז דו זאלסט איר אויסהערן און מחזק זיין אז עס איז יא גוט. עס איז א טעות וואס זייער אסאך מענטשן מאכן אין לעבן, ווען די ווייב רעדט זיך אפ וכו' מיינט מען אז מען האט א ווייב א קאמפלעינער. מען מיינט אז מען איז אריין געפאלן מיט א פרוי וואס זוכט זיך שטענדיג אפצורעדן, אבער עס איז נישט אזוי. ווען א פרוי רעדט זיך אפ איז נישט פשט אז זי וויל זיך אפרעדן, זי וויל קאמפלעינען וכו', נאר זי וויל הערן אז עס איז יא גוט, זי וויל הערן פאזעטיווע ווערטער. אנשטאט זי זאל בעטן איר מאן: "געב מיר חיזוק", "זאג מיר אז דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן"; זאגט זי עס אויף א וועג וואס הערט זיך ווי טענות: "וואס וועט זיין?" "עס איז נישט דא קיין געלט", "די קינדער טויגן נישט"; אבער באמת איז דאס נאר ווייל זי וויל הערן שיינע פאזעטיווע ווערטער, זי וויל הערן ווי דו זאגסט: "עס איז נישט עק וועלט"; זי וויל הערן "עס איז נישט אזוי געפערליך", "באלד וועט זיין געלט", "די קינדער זענען זייער טייער".
געדענק אז א פרוי איז א גאנצן טאג אין שטוב מיט די קינדער, זי גייט נישט ארויס דריי מאל א טאג אין שול, מה שאין כן דער מאן טרעפט זיך מיט חברים, מען הערט דא א גוט ווארט, דארט א גוט ווארט. ווי אויך גייט זי נישט אין שול שבת הערן גוטע דיבורים און התחזקות וכו', זי האט נאר איין פלאץ ווי זי קען הערן התחזקות - פון איר מאן. אויב דער מאן האט שכל, ער איז מחזק זיין ווייב און ער בויט איר אויף, דעמאלט דארף די פרוי גארנישט, זי וועט נישט קאמפלעינען און זי וועט זיך נישט אפרעדן אזוי פיל.
קוק וואס ר' נתן שרייבט (שיחות הר"ן, סימן רסד) ווי דער רבי האט אונז געבעטן און געווארנט אז מיר זאלן מכבד זיין די ווייב און רחמנות האבן אויף זיי, ווייל פרויען גיין אריבער זייער פיל צער פון אויפהאדעווען די קינדער וכו'.
צו האבן שלום בית דארף מען נישט מער ווי א ברעקעלע שכל; מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן וכו'. די וועלט זאגט אז שכל קען מען נישט באקומען, אבער עס איז נישט אזוי, נאר מען קען יא באקומען שכל. ווען א מענטש גיסט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן וועט ער זוכה זיין צו באקומען שכל, אזוי ווי מוהרא"ש זאגט אז די ראשי תיבות פונעם פסוק (איכה ב, יט): "שִׁ'פְכִי כַ'מַּיִם לִ'בֵּךְ נֹכַח פְּנֵי ה'" - איז שכל; ווען א מענטש גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, ער בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, וועט ער זוכה זיין צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.
דערפאר, אז דו ווילסט ווייטער ממשיך זיין אז "דיין שטוב זאל בלייבן קריסטאל" זאלסטו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן און טון וואס ער האט אונז געהייסן; זאלסט זיך אויסשמועסן דיין הארץ מיטן אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך. פון איין זייט זאלסטו אים דאנקען פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר און פון דער אנדערע זייט זאלסטו אים בעטן ברחמים ובתחנונים אז דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו רעדן אין שטוב מיט דיין ווייב, דו זאלסט וויסן אז מען דארף זיין א וותרן, מען דארף נישט אלץ זיין גערעכט, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו האבן א גוט לעבן.