שאלה אין קורצן ענין
#1 - מיין טאטע טשעפעט מיך, וואס קען איך טון?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה זאגט שטענדיג אז ווען מען האט איינעם וואס האלט אין איין רודפ'ן און טשעפען, זאל מען זיין מיט אפן יענעם, און פרעגן יענעם פארוואס ער טוט דאס. דער ראש ישיבה נוצט אלץ די ביישפיל פון א מאן און ווייב אז זיי זאלן זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן.


האב איך געוואלט פרעגן וואס מען טוט ווען די עלטערן הערן נישט אויף צו טשעפען מיט ווערטער יעדע מאל וואס עס קומט אויס זיך צו טרעפן. און נאכ'ן טשעפען געט מען זיך א רוף אן: "מען קען נישט מאכן מיט דיר א ווערטל?"... אזוי ווי דער פסוק זאגט "כמתלהלה היורה זיקים".


איך פיל ווי איך האלט עס מער נישט אויס, איך וויל אים נישט פיינט האבן. איך וויל וויסן אויב די עצה איז אז איך זאל זיך אויסשמועסן מיט אים אפן און זאגן אז איך קען עס נישט נעמען?


א גרויסן יישר כח פאר אלע עצות אין לעבן.


אברהם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום ג' פרשת וזאת הברכה-א, ו' תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד אברהם נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון די מצוה פון כיבוד אב ואם; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה א, א) אז דאס איז חמורות שבחמורות, די מצווה פון מכבד זיין עלטערן איז פון די הארבסטע מצוות וואס איז דא.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (ירושלמי קידושין כ.): מען האט געפרעגט ר' אליעזר "עַד הֵיכָן הוּא כִּיבּוּד אָב וָאֵם", ביז וויפיל איז א מענטש מחוייב צו מכבד זיין זיינע עלטערן, האט רבי אליעזר געענטפערט: "וְלִי אַתֶּם שׁוֹאֲלִין", וואס פרעגט איר מיר, "לְכוּ שָׁאֲלוּ לְדָּמָה בֶּן נְתִינָה" גייט פרעגן דמה בן נתינה, "רֹאשׁ פֶּטֶר הַוָה" ער איז געווען פון די גרעסטע אין די מיליטער, "פַּעַם אַחַת הָיְתָה אִמּוֹ מְסֲטַרְתּוֹ", איינמאל האט זיין מאמע אים געשלאגן מיט א שיך, "לִפְנֵי כּוּלִי שֶׁלּוֹ", פאר אלע סאלדאטן וואס זענען געווען אונטער אים, "וְנָפַל קוֹרְדִקְסִין שֶׁלָּהּ מִיָּדָהּ", און עס איז אראפ געפאלן די שיך פון איר הענט, "וְנוֹשִׁיט לָהּ, כְּדֵי שֶׁא תִּצְטַעֵר", האט ער זיך אראפ געבויגן און אויפגעהויבן די שיך און געגעבן פאר זיין מאמע אז זי זאל זיך נישט דארפן אראפ בייגן און זיך מצער זיין.


נאך פארציילן חז"ל (שם): ר' טרפון'ס מאמע פלעגט גיין שפאצירן שבת אין איר חצר, איינמאל האט זיך צעריסן איר שיך, האט ר' טרפון זיך אראפגעלייגט אויף דער ערד, און געלייגט זיינע הענט אויף דער ערד, און געזאגט: "מאמע, טרעט אויף מיר", אזוי איז ער געגאנגען מיט איר ביז זי איז אנגעקומען צו איר בעט. איינמאל ווען ר' טרפון איז געווען נישט געזונט, האט זיין מאמע געבעטן די חכמים זיי זאלן מתפלל זיין פאר אים ווייל ער איז איר מכבד מער וויפיל מען דארף, האבן זיי איר געפרעגט: "וואס טוט ער?" האט זי פארציילט די מעשה ווי ער האט איר געהאלפן גיין אין איר חצר ווען איר שיך האט זיך צעריסן, אז ער האט געלייגט זיינע הענט אז זי זאל קענען גיין וכו', האבן די חכמים געזאגט: "אפילו ער זאל דיר טון טויזנט מאל אזוי ווי ער טוט דיר יעצט, האט ער נאך נישט מקיים געווען די מצוה ווי עס דארף צו זיין".


דערפאר בעט איך דיר זייער שטארק, דו זאלסט חס ושלום נישט ענטפערן פאר דיינע עלטערן; געדענק וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען הערט ווי מען פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה; בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט אפקומען אלעס וואס דו דארפסט אפקומען, און בזכות דעם וואס דו וועסט אכטונג געבן אויף כיבוד אב ואם וועסטו זוכה זיין אז דיינע קינדער וועלן דיר מכבד זיין און דיר ברענגען נחת.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם): "ר' זְעִירָא אָמַר, הַלְּוַאי הַוָה לִי אַבָּא וְאִמָּא דְאוֹקְרִינוּן, וְאִירָת גַּן עֵדֶן", ר' זעירא איז געווען א יתום, און ער פלעגט זיך אייביג מצער זיין פארוואס ער האט נישט קיין עלטערן ער זאל זיי קענען מכבד זיין, און זוכה צו זיין דורך די מצוה צו באקומען גן עדן. אבער ווען ער האט געהערט די מעשה פון ר' טרפון, האט ער געזאגט: "בְּרִיך רַחֲמָנָא דְּלֵית לִי לָא אַבָּא וְלָא אִמָּא", יישר כח אייבערשטער אז איך האב נישט קיין עלטערן, ווייל איך וואלט נישט געקענט טון וואס ר' טרפון האט געטון.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט חתונה געהאט און דו האסט דיין אייגן לעבן וכו', דאס ביסל וואס עס קומט דיר אויס צו גיין צו דיין טאטע מאמע זאלסטו אכטונג געבן זיי צו מכבד זיין, וועסטו זוכה זיין צו אלעס גוטס.


בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זיך אויסקומען מיט דיינע עלטערן, און מען זאל לעבן בשלום און מיט ליבשאפט, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (משנה עדיות ח, ז): "אֵין אֵלִיָּהוּ בָּא לֹא לְרַחֵק וְלֹא לְקַרֵב, אֶלָּא לַעֲשׂוֹת שָׁלוֹם בָּעוֹלָם", שנאמר (מלאכי ג, כג-כד): "הִנֵּה אָנֹכִי שֹׁלֵחַ לָכֶם אֵת אֵלִיָּה הַנָּבִיא וגו', וְהֵשִׁיב לֵב אָבוֹת עַל בָּנִים, וְלֵב בָּנִים עַל אֲבוֹתָם.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.