תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיין טאטע ליידט אויף צוקער לא עלינו, ער האלט אין איין דארפן גיין שפיטאל, און ער האט ביטערע יסורים פון דעם רחמנא ליצלן.
למעשה ווען ער איז אינדערהיים וויל ער זייער שטארק עסן צוקער, ער בעט מיר אסאך איך זאל אים ברענגען קיכלעך און צוקערדיגע זאכן וכדומה, איך ווייס אבער אז דער דאקטער לאזט אים דאס נישט עסן, און דאס איז ממש א סכנה פאר אים. צי דארפט איך אים פאלגן און אים ברענגען צו עסן זאכן וואס וועלן אים זייער שטארק שאטן צום געזונט?
יישר כח פון פאראויס, אברהם
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בה"ב, כ"א אייר, יום הולדת מוהרא"ש זי"ע, ל"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד אברהם נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איינע פון די זאכן וואס א קינד דארף טון פאר זיינע עלטערן אלס כיבוד אב ואם, איז זיי געבן צו עסן און צו טרינקען, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'עט (שלחן ערוך יורה דעה סימן רמ, סעיף ד): "אֵיזֶהוּ כִּבּוּד? מַאֲכִילוֹ וּמַשְׁקֵהוּ"; דאס איז אבער נאר ווען די עסן און טרינקען איז אים נישט קיין סכנה, אויב די עסן איז א סכנה דעמאלט איז נישט קיין מצוה דאס צו געבן, דעמאלט דארף מען אכטונג געבן אז זיי זאלן זיין געזונט, אזוי ווי עס ווערט געברענגט (ספר חסידים, סימן רלד): "מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד שֶׁחָלָה", עס איז געווען א מענטש וואס איז קראנק געווארן, און א דאקטאר האט אים אנגעזאגט ער זאל נישט טרינקען קיין וואסער און נישט עסן א געוויסע עסן, ווייל אויב ער וועט עסן די עסן און טרינקען וואסער וועט ער שטארבן, "וְאָמַר לִבְנוֹ תֶּן לִי מַיִם, וְאוֹתוֹ מַאֲכָל פְּלוֹנִי", אבער דער טאטע האט זיך נישט געוואלט האלטן צו די אנווייזונגען פונעם דאקטאר און ער האט געהייסן זיין זון ער זאל אים ברענגען וואסער צו טרינקען און אויך די עסן וואס דער דאקטער האט געהייסן זיך היטן דערפון, "וְאִם לָאו לֹא אֶמְחוֹל לְךָ, לֹא בָּעוֹלָם הַזֶּה וְלֹא בָּעוֹלָם הַבָּא", און ער האט צולייגט פארן זון: "אויב דו ברענגסט מיר נישט וואס איך האב דיר געבעטן בין איך דיר נישט מוחל - נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענע וועלט", פירט דארט אויס רבי יהודה החסיד ז"ל: "אַל תְּהִי חוֹשֵׁשׁ בִּדְבָרָיו", אין דעם פאל דארף מען נישט צו הערן.
זע צו גיין אין שול דריי מאל א טאג דאווענען מיט מנין און לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, ווייל דאס איז די גרעסטע כיבוד אב ואם וואס איז דא.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש לערנט תורה און פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך. אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.
דער אייבערשטער זאל שיקן א רפואה שלימה פאר דיין טאטע און פאר אלע אידן וואס דארפן א רפואה.