שאלה אין קורצן ענין
#1 - מיין טאטע שטייט איין ביי מיר, און מיין ווייב איז ברוגז
שלום בית, כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאמע איז נפטר געווארען פאר דריי יאר צוריק, מיר זענען צוויי אין די משפחה, ביידע וואוינען אין אן אנדערע שטאט פון מיין טאטע, דעריבער שטעלט זיך אויס אז במשך די יאר איז מיין טאטע אליין.


אויף יום טוב סוכות קומט ער צו מיר יעדעס יאר, אבער יעצט שטעלט זיך אויס אז נאך סוכות בלייבט ער ביי מיר פאר צוויי חדשים, ער איז שוין ביי אונז פון פאר סוכות און בלייבט ביז די קומענדיגע וואך.


מיין טאטע איז נישט קיין לייכטער מענטש, אבער פון דעסוועגען דאך האט מיין ווייב מיר געזאגט פאר צוויי וואכן צוריק אז ברוך ה' מ'האט זיך גוט אן עצה געגעבן. יעצט איז שוין אבער נישט אזוי, און מיין ווייב איז מורא'דיג ברוגז אז איך האב אריינגעלאזט מיין טאטע פאר אזוי לאנג. דער אמת איז אז איך האב אים נישט אריינגעלאזט, ער האט מיר פשוט מודיע געווען פאר ווי לאנג ער קומט, און דאס איז עס; און איך בין נישט מסוגל אים צו זאגן אז ער זאל נישט קומען, ווייל ער וועט עס נעמען זייער שווער, און איך ווייס נישט אויב ס'וועט העלפען.


למעשה איז מיין ווייב זייער ברוגז אויף מיר, קען מיר דער ראש ישיבה געבן אן עצה וואס צו טון?


א גרויסן יישר כח.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ראש חודש כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט אריין גענומען דיין פאטער צו דיר אין שטוב, מען קען זיך גארנישט פארשטעלן ווי גרויס איז די מצוה פון כיבוד אב ואם; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "שְׁלֹשָׁה שֻׁתָּפִין הֵן בָּאָדָם, הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, אָבִיו, וְאִמּוֹ, בִּזְמַן שֶׁאָדָם מְכַבֵּד אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ, אָמַר הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִילוּ דַרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִּבְּדוּנִי", דריי שותפים איז דא אינעם מענטש - דער אייבערשטער, טאטע און מאמע; ווען א מענטש איז מכבד זיינע עלטערן, זאגט דער אייבערשטער: "איך קום וואוינען צווישן אייך, און איך רעכן דאס אזוי ווי איר זענט מיר מכבד".


דערפאר זאלסטו זיך פרייען אז דו קענסט מקיים זיין אזא גרויסע מצוה צו העלפן דיין טאטע, בפרט ווען ער איז געבליבן איינער אליין ה' ירחם. אין דעם זכות וועט דער אייבערשטער העלפן, אז דו וועסט זוכה זיין צו זען נחת ביי דיינע קינדער, דער אייבערשטער וועט רוען ביי אייך אין שטוב, און ווען עס איז דא השראת השכינה ווערט ליכטיג אין שטוב.


דאס וואס דיין ווייב האט ביים אנהייב זיך געפריידט און יעצט איז זי ברוגז וכו'; וויסן זאלסטו אז א פרוי דארף גארנישט, א פרוי וויל גארנישט; א פרוי ווייל איין זאך - א מאן, אויב האט זי א מאן, דאס הייסט דער מאן העלפט איר, דער מאן געבט איר גוטע ווערטער, דער מאן הערט איר אויס, דער מאן האט מיטלייד מיט איר, זי שפירט ווי זי האט איינעם וואס זארגט פאר איר וכו', דעמאלט דארף זי שוין גארנישט, זי איז גליקליך און צופרידן, זי וועט זיך קיינמאל נישט אפרעדן וכו'. אויב האט זי נישט קיין מאן, דאס הייסט, זי האט א מאן אבער דער מאן דארף איר נישט, דער מאן דארף איר נאר אויף אזויפיל אז זיינע חברים זאלן אים נישט טשעפען אז ער איז א גרוש וכו', אבער חוץ מזה האט ער נישט מיט איר קיין שום עסק וכו', דאן וועט זי ברוגז ווערן אויף אים יעדן טאג אויף א צווייטע זאך.


עס איז דא א מעשה וואס די וועלט פארציילט, עס איז געקומען אן איש מכובד א גאסט אין בית המדרש, עס איז געווען שבת ראש חודש, דער גאסט איז געווען א שיינער בעל תפילה, ער האט געווארט מען זאל אים מכבד זיין מיט 'קבלת שבת', למעשה האט מען צוגעשיקט א צווייטן. אים האט דאס בכלל נישט געשמעקט, ער האט געטראכט צו זיך 'מן הסתם ווילן זיי מיר צושיקן צו שחרית', ער האט זיך געטרייסט מיט דעם, אז ער גייט מארגן אראפלייגן א שיינעם ממקומך און א שיינעם הלל, למעשה האט מען אים נישט צוגעשיקט צו שחרית, קיין עליה האט ער אויך נישט באקומען, אבער ער האט געטראכט 'זיכער וועט מען מיר צושיקן צו  מוסף', ווען ער האט געזען אז ביי מוסף האט מען אויך צוגעשיקט א צווייטן האט ער געפלאצט! עס קומט הויכע שמונה עשרה, דער שליח ציבור האט בטעות אנגעהויבן 'תכנת שבת' אנשטאט 'אתה יצרת', דער גאסט האט אנגעהויבן שרייען: "נא! נו! אתה יצרת!" אויפן וועג אהיים טראכט ער צו זיך 'הלואי ווען איך קען ווען זאגן וואס ליגט אונטער דאס שרייען "נו! נא! אתה יצרת".


ווען א פרוי באקומט נישט פון איר מאן קיין אנערקענונג, דער מאן רעכנט זיך נישט מיט איר, ער רעדט נישט שיין צו איר וכו' וכו', ווען די פרוי שרייט: "נו! נא!" דעמאלט ווייסט מען גלייך אז עפעס ליגט אונטער דעם "נו!" עפעס ליגט אונטער דעם "נא!"


דערפאר בעט איך דיר זייער, דו זאלסט אכטונג געבן צו מכבד זיין דיין ווייב; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יז.): "אִישׁ וְאִשָּׁה - זָכוּ שְׁכִינָה בֵּינֵיהֶן", ווען מען לעבט בשלום דעמאלט איז מען זוכה אז די שכינה איז אין שטוב, ווייל דער אייבערשטנס נאמען איז שלום (שבת י.).


זע צו באנייען דיין צוגאנג אין שטוב; פון איין זייט זאלסטו ווייטער מכבד זיין דיין טאטע און אים האלטן אים אין שטוב, דאס וועט דיר ברענגען ישעות. אויך איז זייער וויכטיג פאר חינוך אז די קינדער וואקסן אויף מיט א זיידע, די גאנצע שטוב דריידט זיך ארום דעם זיידן, מען העלפט אים, מען טראגט אים, מען לערנט מיט אים וכו'. פון דער אנדערער זייט זאלסטו זייער אכטונג געבן אויף דיין ווייב איר צו געבן גוטע ווערטער און ליבשאפט, וועסטו זוכה זיין צו נחת פון דיינע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.