תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך פיל אביסל שלעכט מיט מיינע פילע שאלות, וואס זאל איך אבער טון אז ס'איז מיר שווער.
איך דארף זייער וויכטיג חיזוק אויף מכבד צו זיין מיין מאמע. איך רעד דוקא פון מיין מאמע און נישט פון מיין טאטע, ווייל איך זע ווי מיין מאמע לייגט אוועק מיין טאטע, ער גייט צוגרונד פון איר, זי איז אים זייער נישט מכבד, שיין געזאגט, די קינדער איז זי מער מכבד פון מיין טאטע, ווייל די טערעפי האט איר אנגעזאגט אזוי.
מיין טאטע האט געהאט א שווערע יוגנט, און אנשטאט אז נאך די חתונה זאל אים בעסער ווערן, איז אים זייער שווער.
איך ווייס אז איך דארף נישט אלעס זען, אבער איך קען נישט ווערן בלינד. למשל ביי א שבת'דיגע סעודה, ווען מיין מאמע מאכט אוועק מיין טאטע, וואס זאל איך טון? איך ווער ממש פארפרוירן, איך קען מער נישט אריינברענגען זאכן צום טיש, און אזוי ווייטער.
דער ראש ישיבה האט אן עצה פאר מיר?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן
... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
קינדער טארן זיך נישט אריינמישן און נעמען א צד ווען עלטערן קריגן זיך, קינדער דארפן מכבד זיין די עלטערן - זאל זיין וואס זאל נאר זיין.
איר מיט אייער חכמה זאלט מכבד זיין אייער טאטע; איר זאלט אים פרעגן זאכן ווי אזוי צו טון און וואס צו מאכן, ער זאל שפירן ווי א טאטע, ער זאל שפירן ווי מען מאכט אים נישט אוועק. אויך זאלט איר מכבד זיין אייער מאמע; איר זאלט בשום אין אופן נעמען א צד, איר זאלט זיי ביידע מכבד זיין.
מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון כיבוד אב ואם, רבי שמעון בר יוחאי זאגט (ירושלמי קידושין א, ז): "גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם", עס איז אזוי גרויס די מצוה פון מכבד זיין טאטע און מאמע, "שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", דער אייבערשטער זאגט אונז, זייט מער מכבד טאטע מאמע ווי דעם אייבערשטן אליינס.
וואויל איז דעם וואס איז מכבד טאטע מאמע, וועט ער באקומען שכר אויף די וועלט און יענע וועלט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה א, א): "אֵלּוּ דְּבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּירוֹתֵיהֶן בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לּוֹ לָעוֹלָם הַבָּא, כִּיבּוּד אָב וָאֵם וְכוּ'", דער אייבערשטער באצאלט שכר פאר די מצוה פון כיבוד אב ואם סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.